Paragraph
Paragraph rh-ph8p5pb6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-2qwhpqzq
- order
- 8S
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס ביום הרביעי איז דאך אויך דעמאלט געווען, וויבאלד אז דער מיעוט הלבנה איז שוין געווען ביום הרביעי איז שוין דעמאלט געווען בדוגמא פון נישואין צווישן לבנה, וואס זי איז דאך מקבל מן השמש, מאיר הקטן און מאיר הגדול, וואס דערפאר איז דאך אויך בא חתן כלה זאגט מען, אז דאס איז בדוגמא פון המאיר הגטול און המאיר הקטן וכמדובר כמה פעמים, ומבואר בספרים וכו'וכו.' וואס דאס האט אויך א שייכות מיוחדה, כמדובר לעיל, צו פרשתינו, וואס דאס איז די פרשה פון ביכורים, וואס ביכורים איז דאך אויך דער ענין פון ראשית, און אין ראשית עצמם דארף זיין מראשית ולא כל ראשית אף על פי ואדרבא די איבעריקע וואס ס'בלייבט בלייבט דאס לרשותו שלו, משא'כן אט דאס וואס ער נעמט מורש איז גיט ער דאס אפ דעם כהן, איז דאך דאס ניט אן ענין וואס ס'איז חולין לגמרי, על דרך ווי ס'דארף זיין דער עיקר ענין פון טאן מצוות, לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות דארף זיין דוקא מן החולין, דאס איז דער שבחו של ענין.
- proofread
- 0