עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-pgxcm4d1

kind
paragraph
order
Cp
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין וואס באשטייט דער ענין פון ספירת העומר? איז דאס בעצם איין און איינציקע מצוה, ניט ס'שטייט א ריבו פעמים אין תורה, אין תורה שטייט וספרתם לכם ממחרת השבת אז מ'דארף מקיים-זיין אין ציילן ספירה איין און איינציקן מאל. דערנאך זאגט תורה, אז דער ציילן ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף שבע שבתות, אז מ'ציילט יעדער טאג באזונדער, פון די זיבן וואכן ווערט דאס ניין און פערציג טעג. וואס האט מען אין דערויף דעם לימוד? אז מ'נעמט ניין און פערציק טעג באזונדערע, ווארום אין דעם זעלבן טאג מאכן צוויי מאל א ברכה איז ניט נאר מ'דארף ניט, נאר מ'טאר ניט, וויבאלד אז מ'מאכט ניין און פערציק מאל די ברכה, איז דאס דערפאר וואס דאס איז ניין און פערציק באזונדערע טעג. וואס א טאג איז פארבונדן מיט מהלך השמש ומהלך הלבנה, דער אויבערשטער האט באשאפן דער וועלט אין אזא אופן, אז ס'זאל זיין יום ולילה ולא ישבותו ס'זאל אויסגעשטעלט ווערן אין באזונדערע טעג, וואס יעדער טאג האט זיך אין זיך דעם טאג און די נאכט, און אס איז לא ישבותו אזוי גייט דאס אן, זינט בריאת העולם, אין אן אופן וואס ס'ווערט ניט קיין שינוי.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions