עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-pg1mxnj9

kind
paragraph
order
LN
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און וואס דאס האט בפועל, ביז א השפעה אין אזא אופן אז דאס גיט נאכמערער צו אין זיין דינים דעם אויבערשטן פאר זיך, און זיכער גיט דאס נאכמערער צו אין זיין דינים דעם אויבערשטן דורך משפיע זיין אויף די אלע ארום זיך, בשעת ער זעט ווי אזוי די השפעה העלפט אויף אזויפיל, ביז וואנענט אפילו טף און קטני קטנים זיינען אויך מוסיף אין זייער טאן אין אידישקייט, ביז אין א מצוה בפועל, און מוסיף אין אזא אופן, אז דארט ווערט ביי זיי אויך א טייל פון מעשינו ועבודתינו, וואס ס'איז נאכמער מקרא די גאולה פון יעדער אידן און פון אלע אידן, און דורך דערויף וואס ס'קומט נאכמערער צו אין מעשינו ועבודתינו. וואס דאס איז, כאמור, שטייט בהדגשה דוקא אין די טעג פון ספירת העומר, וואס מ'זעט א דבר פלא, אז מ'זאגט א אידן, אז דאס וויסן זיין אז שמש וירח און יום ולילה זיינען באשאפן געווארן פאר דעם אויבערשטן, און ווי דערמאנט פריער, פאר דער גאנצער וועלט און פאר אלע זאכן אין וועלט, און טויזנטער יארן איידער אידן זיינען געווארן א פאלק, און טויזנטער יארן איידער אידן האבן מקבל געווען די תורה, ווי דערמאנט פריער. צוזאמען דערמיט, אז ס'איז געקומען אט די צייט וואס דער אויבערשטער האט געגעבן תורה, און אין דער תורה האט ער אויך געגעבן די מצוה פון נוספרתם לכם האט ער דערמיט געגעבן א אידן דעם כח, אז ס'וועט קומען אט די צייט במי און ער וועט מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס שליחות אין ספירת העומר באקומט ער דעמאלט דעם כח, און ווי דערמאנט פריער, אנשים ונשים, ביז א קלייניקער אינגעלע און א קלייניקער מיידעלע, אז זיי זאלן משפיע זיין שף הרב ניט נאר אין דער גאנצער מציאות ווי דאס איז אין אונזער וועלט, אין וועלכע זיי לעבן און מיר לעבן, נאר שף הרב בכל העולות,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions