Paragraph
Paragraph rh-pe9cw361
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-pp8heywx
- order
- 2h
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך כרגיל בהנוגע צו דברי כבושים, ווי דערמאנט שוין אין גמרא ובכמה מקומות, ביז אין אחרונה, אין פוסקי דורינו, על אחת כמה וכמה וואס יעדער ענין האט דאך זיך זיין מעלה און זיין תוקף, וואס ס'איז ניטא אין אנדערע ענינים, על אחת כמה וכמה אין אן ענין של תענית, וואס אויף דערויף זאגט ער פסוק, אז דאס איז אן עת רצון, און ווי דער אלטער רבי איז מאריך אויך אין אגרת התשובה, איז דאך פארשטאנדיק, אז אין דערויף איז דאך זיכער דא כמה ענינים, און יעדער עת רצון, יום רצון, צייכנט זיך אויס מיט אן ענין שאין דוגמתו אין אנדערע עת רצון, וואס דאס איז אויך ווי גערעדט אמאל בארוכה בהנוגע צו צום גדליה, וואס אף על פי וואס בכמה ענינים ווערט דאס דאך גערעכנט צוזאמען ד'צומות, איינער פון זיי צום גדליה איז האט ער דאך אין זיך אן ענין וואס ער איז עולה על כולנה, און דאס איז וואס ער קומט דוקא אלעמאל לאחרי ימי ראש השנה, וועלכע מ'זאגט, אז דאס איז יכלו משמנים ושתו ממתקים איז דערנאך, אז מ'דארף אריבערגיין אין א יום תענית, איז דעמאלט דער תענית מערער אן ענין של עינוי, וויבאלד אז מ'קומט פון ימי עונג, און אין וועלכן עונג? פון משמנים וממתקים איז דאך דאס דעמאלט פארשטאנדיק, אז וויבאלד דער גאנצער ענין פון נינוי איז דאך צוליב דעם רצון איז אויך דער רצון שלא בערך, בשעת מ'גיט אריבער פון סתם א טאג, ווי מ'געפינט דאס בנוגע צו אנשי מעמד, אז אזוי איז געווען ענינם, אז זיי האבן זיך מתענה געווען מצד דערויף וואס זיי זיינען דאך דעמאלט געווען דער בייך כח כלי ישראל על הקרבנות, ישראל במעמדם, משא חוקא
- proofread
- 0