Paragraph
Paragraph rh-pchct9ma
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-hc4aj15x
- order
- Ir
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פון כל הענינים שבעולם, און במיוחד איז דאך יעדער ענין אין א אידן דער ראשית פון דעם זעלבן ענין ווי ער קומט דערנאך אויך אראפ אין ארץ אדער אין שמים וכו על דרך זה אויך ווי ס'איז דא ביי מענטשן און ביי א אידן במיוחד דער ענין השכל שבראש, און דער ענין הראי'שבעינים, איז דער ענין הריצה דער גיין און ארומגיין און ארומלויפן וואס ס'איז דא אין עקב שברגלים, וואס דארט איז דאך דער ענין ההליכה והריצה, און דער סוף שלו איז דאך דאס דוקא ברעגל, און דערנאך איז דא די זעלבע ענינים, און ס'דארף זיין די שלימות אז ביידע זאכן זאלן שטימען איינע ווי די צווייטע, אז אין די עקב שבפשטות, בארץ, זאל זיך אפשפיגלן ווי דער עקב שטייט ביי א אידן אין רוחניות הענינים, אדער על כל פנים אין גשמיות הענינים, דא ווי ס'שטייט ביי א אידן, וואס ביי א אידן איז דאך אויך דא אין זיין סדר החיים, איז דאך דא די זאכן וואס קומען ביי אים צולעצט אין זיין סדר החיים,
- proofread
- 0