transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך כמדובר כמה פעמים, פותחין בברכה, אלעמאל ווען אידן טרעפן זיך, ובפרט נאך אז מ'טרעפט זיך אין תחילת השנה, וואס אף על פי וואס בפשטות תחילת השנה הויבט זיך דאך אן אין ראש השנה, ווי דער אפטייטש פון דעם ווארט ראש השנה וואס דאס איז דער אנהויבן די קאפ פון דעם יאר, ונוקע אבער צו עניני העולם, וואס דאס איז דאך די שליחות פון יעדער אידן און פון אלע אידן, אנשים נשים וטף, א שליחות פון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים איז בשעת מ'האלט אין חודש תשרי, אפילו אז מ'האלט שוין נאך די ימים-טובים, אבער נאך אלץ אין חודש תשרי, וואס דער אפטייטש פון תשריית און אויך די אותיות פון תשריית איז דאך אותיות ראשית, איז דאס דעמאלט על דרך ווי מ'זעט בנוגע צו א מענטשן, לאו דוקא בא אידן, איז דער ראש שלו, די קאפ זיינער, איז בנוגע צו טאן אין וועלט, טוט ער, טאקע על פי הוראות, לויט די אנווייזונגען, און לויט דעם שכל און לויט די
¶2החלטות וועלכע ער האט געמאכט בא זיך אין קאפ. אבער נוגע אבער צו דעם טאן בפועל ממש אין עולם המעשה אויף דערויף דארף מען האבן די רמ� אברים ושסע גידים, וואס אף על פי וואס אין די רמ� אברים איז דאך אויך דא די אברים שבראש, ואדרבא נאך כמה אברים בראש, איז דאך דאס אבער דעמאלט איז ניט זייער ארבעט איז אין וועלט, אלס א ראש פון דעם גאנצן גוף, נאר אלס א טייל פון דעם גוף, דער טייל וואס איז מתאים און פארבונדן מיט דעם חלק און מיט דעם ענין אין וועלט אין וועלכן ער גייט טאן. אזוי איז אויך ס'איז דאך אסתכל באורייתא וברא עלמא אלע זאכן וואס קומען פאר אין וועלט, איז פון וואנענט נעמען זיי זיך און וואו האט מען זיי אפשפיגן,
¶3און נאכמערער, דאס איז ניט אן אפשפינקעונג פון א זאך וואס ס'איז שוין געווען, נאר א סדר הפך. צום אלעם ערשטן קומט דער ענין אין תורה, אסתכל בורייתא איז דעמאלט ס'האט דאך דאס אויך דעם פירוש הפנימי, אז בשעת מ'גיט א קוק אין תורה עצמה, זעט מען דארטן די אלע ענינים ווי זיי זיינען בשרשם ובקורם, ווי זיי זיינען לאמיתתם דערנאך ווי זיי זיינען במקומם, און דערנאך ברענגט מען זיי אויך אראפ וואס דא איז דער דיוק פון אראפ ממעלה למטה, ווי די ימים שטייען אין תורה שטייען זיי אין א העכערן אופן, און דערנאך דארף מען דאך האבן די שליחות פון אדירת בתחתונים דארף זיין אן עלי'אין תחתונים נתונים אין דעם ענין עצמו, כמדובר, אז אינו דומה ס'איז ניט גלייך ווי דער זעלבער ענין שטייט אין תורה, אדער ווי דער זעלבער ענין שטייט דערנאך בהמשכה אין וועלט, על דרך ווי מ'זאגט אויך, אז פריער שטייט אין תורה שמים וארץ, און מ'איז דעם ווארט את השמים ואת הארץ, וואס דאס איז לרבות
¶4צבאיהם די אלע זאכן וואס געפינען זיך סיי אין שמים און סיי אין ארץ, איז בשעת מ'לערנט אין פסוק, אפילו ווען מ'זאגט דעם פסוק מיט פירוש הפשוט אליין, אן פירושים נוספים, באופן של לימוד, האט מען אויך שוין שמים באזונדער, און ארץ באזונדער, און את שעה השמים, און את הארץ צבאיהם אויך באזונדער, דאס איז נאך אבער אלץ ווי זיי שטייען אין תורה, און דערנאך זיינען זיי יוריד, ס'איז דאך דא שמים ווי ס'שטייט אין תורה, און דערנאך איז דא ארץ ווי ס'שטייט אין תורה, און את השמים ואת הארץ, און נאך מערער, דאס איז ניט נאר ווי דער ווארט שטייט אלס א ווארט אין תורה, נאר בעצם גר, ובארמז לאמיתתו, איז בשר שטייט אין תורה דער ווארט שמים איז דאס ניט נאר אז מ'דערציילט, אז דערנאך איז געווען אדער פאר דערויף איז געווען די בריאות השמים נאר דאס איז גאר דער מקור, ביז דער ענין לאמיתתו, וואו זעט מען די אמיתת פון שמים? איז דאס ווי שמים שטייט אין תורה. וואס אף על פי וואס לכאורה איז דאך א דבר הפשוט,
¶5אז דערמיט איז ענין השמים דארף מען דאך האבן דעם שטח גרדול, בלשון חז זל, מהלך תק שנה, ועל דרך זה אויך ארץ, מהלך הארץ, פון די אורך ורוחק ועומק אדער וגובר, וכמדובר כמה פעמים, איז דאך אבער אויך אין פנימיות הענינים, איז דא ווי שמים שטייען אין תורה עצמה, ס'איז דא ווי אין תורה שטייען די ענינים פון תורה, בדוגמא פון די עשרת הדברות, וואס דאס איז תורה שבתורה, דערנאך איז דא ווי אין תורה שטייט דער ענין השמים, וואס דארט האט דאס פארשידענע אפטייטשן, און דערנאך קומט דאס ערשט אראפ אין שמים כפשוטם, שמים גשמיים און ארץ גשמית, וכמדובר כמה פעמים.
¶6על דרך זה אויך בהנוגע צו אשת השמים ועשת הארץ, צו זיי צבאיהם איז דאס אויך דא ווי זיי שטייען אין תורה, ניט ווי תורה שטייט אין תורה, אדער מצוות שטייען אין תורה, נאר צבא השמים אדער צבא הארץ ווי זיי שטייען אין תורה, און דערנאך איז דא ווי זיי ווערן נמשך אין עולם הזה הגשמי, על דרך ס'איז דאך דא דער עולם הזה הרוחני, און דערנאך איז דא דער העולם העכער פון עולם הזה אויך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, ובכללות הענין פון די ג'עולמות אין וועלכע ס'שטעלט זיך אויס דער סדר השתלשלות, אדער ווי מ'רעכנט דאס אמאל אין ד'עולמות, און ווי דאס שפיגלט זיך אויך אפ אין יעדער מענטשן בכלל, און נאך מערער אין אן אתם קרויים אדם, אז ווי דאס שפיגלט זיך אפ אין יעדער מענטשן, איז אויך ביי אים דא ווי יעדער איד וואס דאס איז עיקר מן האדם, איז דאך דאס אידן, בשבילם נברא העולם, ובראשית ווערן זיי אנגערופן, אז זיי זיינען די ראשית
¶7פון כל הענינים שבעולם, און במיוחד איז דאך יעדער ענין אין א אידן דער ראשית פון דעם זעלבן ענין ווי ער קומט דערנאך אויך אראפ אין ארץ אדער אין שמים וכו על דרך זה אויך ווי ס'איז דא ביי מענטשן און ביי א אידן במיוחד דער ענין השכל שבראש, און דער ענין הראי'שבעינים, איז דער ענין הריצה דער גיין און ארומגיין און ארומלויפן וואס ס'איז דא אין עקב שברגלים, וואס דארט איז דאך דער ענין ההליכה והריצה, און דער סוף שלו איז דאך דאס דוקא ברעגל, און דערנאך איז דא די זעלבע ענינים, און ס'דארף זיין די שלימות אז ביידע זאכן זאלן שטימען איינע ווי די צווייטע, אז אין די עקב שבפשטות, בארץ, זאל זיך אפשפיגלן ווי דער עקב שטייט ביי א אידן אין רוחניות הענינים, אדער על כל פנים אין גשמיות הענינים, דא ווי ס'שטייט ביי א אידן, וואס ביי א אידן איז דאך אויך דא אין זיין סדר החיים, איז דאך דא די זאכן וואס קומען ביי אים צולעצט אין זיין סדר החיים,
¶8וואס דעמאלט ווערט דאס אנגערופן בשם עקב פיאצע, דערנאך איז דא די ערשטע זאכן וואס קומען ביי אים אין זיין סדר החיים, וואס דאס איז דער שכל שבראש, און אין דערויף גופא ווי דאס קומט אראפ די עקב ורגליים ואברים ווי זיי קומען אראפ אין מצוות שבחי פון א אידן, און דערנאך איז אויך דא ווי די נשמה שלו, וואס דארט איז דא דער ענין פון דער לימוד התורה און די הבנה והשגה אין אלקות, דעת אלקי אביך, וואס דעמאלט קומט ועבדהו בלבב שלום, וואס איינע פון די ענינים עיקריים פון עבודת הבורא איז דאך, אז ער זאל מאכן אים א דירה לו יתברך בתחתונים, און אין אן אופן, אז ס'זאל זיין ווי א דירה, וואס א דירה מתאימה לשמה וואס פסתו איז דער נאמען דירה איז ווען ס'איז ניכר אין דער דירה וועמענס דירה דאס איז, צי דאס איז א דירה פון אן אדם פשוט, אדער דאס איז א דירה פון אן אדם בינוני, אדער דאס איז א דירה פון אן אדם חכם,
¶9און אזוי אויך אתה בחרתנו מכל העמים, צי דאס איז א דירה פון כל העמים אדער דאס איז א דירה ווי ארץ ישראל, וואס זי ווערט אנגערופן ארץ ישראל טעם בפשטות, דערפאר וואס דאס איז אן ארץ און וואס דאס הייסט ענין הדירה פון עם ישראל, און כל אחד ואחת מישראל אנשים נשים וטף. דערפון קומט מען אויך, ווי אין יעדער אידן, דארף מען דאך ארויסנעמען א הוראה בפועל וואס לערנט דערפון אפ יעדער ער, אדער יעדער ער, אפילו קטנים, בנוגע צו שליחות שלהם בעולם און עבודה שלהם בכל יום ויום. איז דאס אויך פאר זיי צו מאכן, כמדובר כמה פעמים, מאכט דא ארץ ישראל, אז ער איז דא וואו ער געפינט זיך אין זיין דירה הפרטית, אבער די פרוי אין איר חדר הפרטי, ועל דרך זה די קינדער אין זייער חדר הפרטי, זאלן זיך דארטן מאכן אז ס'זאל זיין נכן אז דאס איז א חדר און א דירה פון ישראל, און ווי ישראל איז דער אפטייטש פון לי ראש אז דאס איז פארבונדן מיט די קאפ טפי
¶10פון דעם אויבערשטן, וואס מחשבתן של ישראל איז דאך פארבונדן מיט עצמות ומהות בכלל ובמיוחד מיט מחשבתו של הקב,"ה, וואס כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז אין דערויף באשטייט אויך די הוראה, בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען איז דאך דעמאלט האבן זיי אן עבודה מיוחדה, וואס זי איז פארבונדן מיט מה טוב ומה נעים, שבת אחים גם יחד וואס דאס גייט דאך אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, אז בשעת זיי געפינען זיך גם יחד צוזאמען איז אט דעמאלט האבן זיי אן עבודה מיוחדה, וואס זי ווערט אנגערופן, עד כדי כך מיוחד, אז ס'איז גאר ניטא אזא ענין טוב און אזא ענין נעים ווי דער ענין וואס ס'טוט זיך אויף דורך שבת אחים גם יחד אט דאס גופא וואס אידן געפינען זיך צוזאמען פארשאפן זיי אויף פארגעניגן דעם אויבערשטן, על דרך ווי אידן טרעפן זיך איצטער אין א בית הכנסת, און א בית הלימוד, א בית וואו מ'לערנט שיעורי תורה, און א בית וואו מ'מאכט החלטות וועגן מעשים טובים,
¶11און מ'טיילט אויך צדקה, אדער סעודות של מצוה, און סעודות הקידושים פון אידן צוזאמען, און סעודות מצוה פון אידן צוזאמען בכלל, ובפרט בימי שבתות ובימי ימים טובים, איז דאך דא כמה וכמה בתי כנסיות וואס זיי זיינען אויף בית הכנסת אויף לימוד התורה ווערן זיי אויך א בית הכנסת וואו אידן קלייבן זיך צוזאמען ווען מ'וויל צוזאמען פראווען אן ענין של מצוה, אן ענין טוב ונעים. און מפני כמה וכמה סיבות דארף מען האבן א מקום מרובך, אדער א מקום צו וועלכן אלע ווייסן דער ארט וואו ס'געפינט זיך, דערפאר וואס מ'גייט אהינצו יעדער טאג דאווענען, און נאכמערער תפילה בציבור נאך פעמים ביום, אדער שלוש פעמים ביום-ס'איז דאך דא כמה בתי כנסיות, ובפרט ווי ס'איז געווען בזמן השס והתוספות, ווי תוספות ברענגט אראפ אין אנהויבס פון שס אין אנהויבס פון מסכתא ברכות, אז דעמאלט איז געווען דער מנהג, אז מ'האט זיך געדאווענט מנחה און מעריר, און אין אן ארט וואו מ'האט זיך ניט מורי געהאט צו זיין צוזאמען,
¶12במילא האט מען דארט געקענט אויך איז זיך משתדל געווען אויך דעמאלט דאווענען תפילת מעריב, משא נכן בלילה איז דאך דעמאלט געווען דער מעמד ומצב בעולם, אז בלילה האט מען געדארפט האבן א שמירה מיוחדה. וואס דאס איז דאך אויך פון די תיקונים וואס ס'איז צוגעקומען אין וועלט דוקא אין דורות האחרונים, אז בשעת אידן האבן געלעבט אין ימי הביניים און האבן געלעבט טאקע אין א מאדער מיוחד, אף על פי כן איז בלילה האט מען געדארפט האבן א שמירה מיוחדה, משא'כ דוקא בזמננו זה איז געווארן מנוחה בעולם און שלום בעולם און אחו ואחוות בעולם, אז מ'דארף ניט האבן קיין שמירה מיוחדה, און מ'פארלאזט זיך אויף צו הוי'שמרץ הוי'צלך על יד דמינך", ובפרט אז יעדער איד, סיי אנשים נשים וטף, האבן דאך אויך די שמירת המזוזה על פתח ביתם ועל פתח החדר שלהם, אויך אויף דעם חדר פון די קינדער, און גאר קליינע קינדער, וכמדובר כמה פעמים, און ווי ס'שטייט אויך אין זהר, אז דאס איז אויך דער אפטייטש
¶13בפשטות, הוי'שמריך הוי'צלך על יד עמיניך, און הוי'ישמר צאתך ואשך מעדה ועד עולם וואס דאס גייט דאך דורך דעם ענין המזוזה, אז ס'ווערט די שמירה מעתה ועד עולם דורך דערויף וואס ער האט א מזוזה, על דלת ביתו, איז האט ער די שמירה פון דעם אויבערשטן די מזוזה אתם מעתה ועד עולם וואו ער זאל זיך ניט געפינען ען וועלט, עד עולם ווי אין וועלכן ווילטן פון וועלט ער זאל זיך ניט געפינען היטם דמזוזה אין וועלכע ס'איז דא אין זיין הויז, ובפרט אין זיין חדר, און היטט זי אים וואו נאר ער גייט און וואו נאר ער געפינט זיך גייט זי מיט אים מיט, צוזאמען מיט די שמירת הקב",ה, וואס די מזוזה באשטייט דאך פון די פסוקים אנהויבנדיק פון קריאת-שמע פרשה ראשונה און דערנאך אויך פרשה שני', וואס דאס איז דאך אויך הויבט זיך אן גלייך משמע ישראל הוי'אלקים הוי'אחד, און ווי אויך דער רמז שבדבר אין הוי'אחד, אז הוי'ווערט נמשך אין אחד, וואס דער א'גייט אויף א לופו של עולם אויפן אויבערשטן אליין, ווי ער שפיגלט זיך
¶14אין דעם אחד, און דערנאך איז דא די אלע דרכות ומעלה ומטה, און אויך דער ענין פון ח כמדובר כמה פעמים, די השתלשלות דורך אלע סדרים און אלע סדר השתלשלות, און פון זיי אלע זאכן ווערט אן איין און איינציקע שמירה, ווערט דאס אן איין און איינציקע זאך וואס ווערט אפגעהירן דורך הוי'אחד.
¶15על המטה וכיוצא בזה בשעת ס'איז דא תפילת מוסף, זאגט מען דאך דאס אויך אין שמעי ישראל אין תפילת מוסף, על אחת כמה וכמה אז ס'איז נאך דא תפילת נעילה, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, וואס דאס איז פארבונדן אויך וואס ביז איצטער האט זיך דאך יעדערן פון אייך געפונען אלס אן אורח שלא במקום דירתו, במילא האט ער דאך געהאט די שמירה מיוחדת שמירה וואס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן ווען ער פארט ארום, האט ער דאך א שמירה מיוחדה אויף זיין ארומפארן און זיין אלס אן אורח, ס'זאל זיין בהשלחה רבה ומופלגה, אז מ'זאל גאר ניט דארפן אנקומען צו שמירה, און דערנאך, בשעת די קץ פארט זיך פאנאנדער, און מ'פארט זיך פאנאנדער מיט א החלטה גמורה, אז דאס איז מערניט ווי א פאנאנדערפארן בגשמיות, אבער ברוחניות, איז ווי דערמאנט פריער בלייבט בתקפו דער מה טוב ומה נעים, שבת אחים גם יחד וואס אין דערויף, אין דעם ווארט אחים אין פסוק זה מיינט מען דאך סיי אנשים מיט אנשים און סיי נשים מיט נשים און סיי טף מיט טף וכולם ביחד, אין אן אופן המותר על פי תורה, דער גם יחד,
¶16ווערט דעמאלט דער ענין פון מה טוב ומה נעים, אז דאס איז ניט נאר א זיכערע זאך, און ניט נאר אן אפגעהיטע זאך, און ניט נאר א גוטע זאך, בשעת צוויי אידן זיינען צוזאמען, איז דאך אט דעמאלט קומט-צו אין ווי די משנה זאגט, אז שנים שישבו איז א זיכערע זאך אז זיי זיינען עוסק בתורה, ווי ס'איז פארשטאנדיק פון דער משנה, וויבאלד אז יעדער איד וויל דאך האבן דעם חיים אמיתיים און רצוני הפנימיים איז דאך מקיים-זיין וואס שטייט אין תורה בכלל, און אין משנה במיוחד, וואס משנה איז דאך ענינה הלכות, במילא, אז ס'איז דא די שנים ווערט גלייך שישבו, זיי האבן מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, און בשעת צוויי אידן געפינען זיך צוזאמען, איז דעמאלט איז א זיכערע זיין אז ס'ווערט דער עוסקים בתורה, אפילו ווען אחד דארף ער אויך עוסק זיין בתורה, ס'קומט אבער ניט דער פלפול און די חידושים וואס קומט-צו אין הלכות, און אויך זיין זיכער, אז די הלכות צו וועלכע ער קומט במסקנא זיינען אויסגעהאלטן, דארף ער האבן א מיינונג פון א צווייטן ניט פארלאזן זיך אויף א דעת
¶17יחיד, און מיעוט רבים דארף זיין על כל פנים שנים, און על דרך זה במכל-שכן וקל-וחומר, ווי מ'געפינט זיך אלע איצטער דא, אז מ'האט זיך געפונען א ריבוי אידן צוזאמען, אפילו ווען ס'איז דא עשרה מישראל, ואפילו כשאנם עוסקים בתורה איז אויך שכינה שרוי'ביניהם, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז זיי האבן עם ריבוי אמיתי, וויבאלד אז זיי האבן די שכינה צוזאמען ביניהם, איז דאך דער עיקר ענין פון א שכינה איז דארט וואו זי איז שרוי,' און וואו איז שכינה שרוי?' ווען ס'איז דא אפילו שנים שיושבים ועוסקים בתורה, על אחת כמה וכמה אויב ס'איז שלשה אדער חמשה אדער עשרה, על אחת כמה וכמה וואו ס'וועט זיין בקרוב ממש, אז ס'וועט זיין בזמן שכל ישבי'עלי,"' וואס דאס וועט זיין בקרוב ממש אין גאולה האמיתית והשלימה, וועט דאך זיין ניט נאר שנים שיושבים, נאר ס'וועט זיין דער שלשה און חמשה און עשרה און כל ששים ריבוא מישראל כללים, וואס זיי זיינען כולל יעדערער אין זיך ששים ריבוא פרטים,
¶18וועלן זיי אלע זיין צוזאמען אין אן אופן של התיישבות, און דוקא עלי אויף ארץ ישראל בשלימותה, וואס דעמאלט קען זיין כל ישבי'עלי ווארום מ'האט ארץ ישראל בשלימותה, ביז די שלימות האמיתית שלה, וואס דאס איז דער גאנצער ארץ ישראל, בדרכי נועם ובדרכי שלום, ותיכף ומיד ממש די ארץ פון שבעה עממין, און דאס וועט זיין תיכף ומיד בגאולה האמיתית והשלימה וואס קומט תיכף ומיד די ארץ פון עשר עממין, אויך קני קניזי וקדמוני. ועוד והוא העיקר, אז דעמאלט וועט מען זען ווי אזוי ס'ווערט נתקיים בפשטות, וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט אברהם'ן, און דורך אברהם'ן איז געווען דערצו זאגט צו יעדער אידן עד סוף כל הדורות, ווארום אחד היה אברהם און פון זיין אחד איז אנגעקומען צו יעדער אידן, וואס זיי זיינען גוי אחד בארץ, אין וועלכן טייל פון דער וועלט ער זאל זיך געפינען, איז דארט איז ער א גוי אחד קומט צו אים צו דער אחד היה אברהם און דאס ווערט דער עיקר ביי אים, אז ס'איז ניכר, אז ער
¶19שטאמט פון אברהם'ען, און זינט שטאמט פון שרה, ועל דרך זה אויך פון אברהם'ס קינדער און קינסט-קינדער, יצחק ויעקב, און על דרך זה פון שרה רבקה רחל ולאה, און יד בית שבטי ידקה, די יד בית שבטים, און דערנאך אויך וירבו ויעצמו במוד מאוד ביז אז מ'קומט צו כל ישביה עליה בתיכף ומיד ממש, ובמיוחד ווי מ'וועט זיך איצטער אויך מסיים-זיין, דורך מאכן יעדערן פאר א שליח צדקה, אז בשעת מ'פארט זיך פאנאנדער, איז דאך כמדובר, נעמט מען מיט זיך מיט די אחדות ישראל בכל מקום וואו מ'גייט און ווי מ'פארט, און דארטן איז מען, שפרייט מען די אחדות ישראל, אז דאס ווערט דער עיקר בכל מקום בזוריהם, צי דאס איז פון די אלע ד' רוחות העולם, ביז אויך אין נהי הים, און ביז אויך דער חצי כדר התחתון און תחתון שבתחתון, און ווי גערעדט אויך פריער. און דאס מאכט אידן נאכמערער מוכשר, אז ס'זאל זיין ראוי נוסף אויף דערויף וואס מ'זאגט דאך יעדער טאג אין התחלת היום, נאך קודם ענין התפילה,
¶20אז מקבל אויף זיך דער מצות-עשה של ואהבת לרעך כמוך, און מ'זאגט דאס דוקא בדיבור, הקימת שפתה להוה מעשה זאגט מען דאס בדיבור, און דערנאך זאגט מען אויך מה טובה אליך יעקב משנותיך ישראל כל אחד ואחת במקומה ובמקומה ובמקומם. און דאס ווערט די הקדמה תיכף ומיד, ווערט מקויים דער מטובו אליך יעקב משכנותיך ישראל בארצנו הקדושה, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, און אין אן אופן של התיישבות, ביז כל ישבי'עלי,"' במילא האט מען אליך יעקב ומשכנותיך ישראל מיט אלע פירושים שבדבר, די כל ההמשך שלאחרי זה, מיט אלע ברכות, ביז ווי דער המשך פון דער ברכה פון מה טובה אליך יעקב משנותיך ישראל איז דאך דער אנזאג פון דוד, ווי ער איז געווען דוד מלך ישראל, בזמן פון דעם אין ארץ ישראל, בזמן ההוא ובחיים חייתו בעלמא דין בפעם הראשונה,
¶21און דעמאלט איז אויך געווען דער אליך יעקב משנותיך ישראל מיט די אלע פירושים שבדבר, און דערנאך איז דאך אויך ווי ער זאגט אין רמב,"ם איז אויך דא אין די פסוקים די ביידע ענינים, די גאולה של גאולה ווי ס'איז געווען בזמן דוד, און דער מצב פון גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש, ובפרט על ידי נתינת הצדקה, וועט דאס זיין תוקף ומיד ממש, און וועט זיין דוקא אין אן אופן פון כל ישבוה עלי ששים ריבוא, אנשים כלליים, וואס יעדערער פון זיי ברענגט מען זיך מיט ששים ריבוא, אנשים פרטים, ועל דרך זה אויך בהנוגע צו נשים וטף, במילא ווערט דאס כל ישבוה, און כל ישבוה געפינען זיך, וכמוזכר, עלי'דוקא, אין ארץ ישראל השלימה, בדרכי נועם ובדרכי שלום, דער ארץ פון שבעה אומות און נאך מערער ארץ פון עשר אומות, אויך כולל קני קניזי וקדמוני וכל ענינים אלו, בדרכי נועם ובדרכי שלום. ועוד והוא העיקר, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, תוקף ומיד
¶22ממש ובגלוי ממש.