Paragraph
Paragraph rh-pc76zsty
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-by6gsh9g
- order
- Mj
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ער האט דאס געגעבן בעין יפה, גיט ער דאס יעדער אידיש קינד, ווי דערמאנט פריער, גלייך ווי ער ווערט געבארן, באקומט ער דאס פון דעם אויבערשטן אליין, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה. א טייל פון דער תורה איז אויך אנגעשריבן, ווי דערמאנט, אויף דער מזוזה פון דעם צימער אין וועלכן ער שלאפט און אין וועלכן ער שפילט זיך, און אדער אין וועלכן ער עסט אדער ער טרינקט, און טוט די אלע זיינע באדערפענישן, עאכו כמה וכמה דער חדר אין וועלכן ער לערנט צוזאמען באם עסן און טרינקען, איז דאך אויך דער מנהג פון אידן, ובפרט צווישן קינדער, וואס כדאי דאס איינצופירן נאך מערער, אז בשעת קינדער קומען זיך צוזאמען, זאל דעמאלט צווישן זיי זיין אפילו ווען צוויי קינדער קומען זיך צוזאמען, זאל זיין שנים שיושבים ועוסקים בתורה, זיכער אזוי אז ס'איז דא מערער ווי דריי קינדער, און זיכער אזוי ווען מ'פרעפט זיך צוזאמען, ווי מיר האבן דאך איצטער צוזאמענגעטראפן מערערע קינדער, און צוזאמענגעטראפן, צוזאמען מיט זייערע עלטערן און זייערע מחנכים און מחנכות, און צוזאמענגעטראפן זיך אין א בית הכנסת, וואס איז אויך א בית המדרש,
- proofread
- 0