Paragraph
Paragraph rh-pbp8q89j
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-d2peadbd
- order
- lE
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דער גורל איז געפאלן, אז ער אדער זי זיינען געבארן געווארן א בן אברהם יצחק ויעקב, און א בת שרה רבקה רחל ולאה, וואס דאס איז דאך ניט מצד זיין שכל האט ער דאס אויסגעקליבן, נאר ער האט דאס גלייך באקומען פון א העכערן אופן, וואס דאס ווערט אנגערופן בשם גורל און מ'זאגט, אז א גורל פון א אידן איז הוי'און החלתו אט דאס איז דער ענין פון געטלעכקייט, ווי דאס קומט אראפ און איז משפיע אלע ברכות והצלחות צו יעדער אידן און צו אלע אידן, מקטנם ועד גדולם, סיי מענער סיי פרויען סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, מאכט פון זיי אלע צוזאמען א שבט לוי, אז זיי ווערן באהעפט אלע צוזאמען, ביז וואנענט אז ס'ווערט ווי אונטערשטראכן אין היינטיקן יאר, הקהל את האנשים ואנשים וטף, אז ס'ווערט אן איין און איינציקער קהל פאראיינציקט מיט גלויבן און אמונה און אהבת און יראה פון דעם אחדות האמיתית, וואס דאס איז געטלעכקייט, ווי אראפגענומען אין תורה אחת ומצוותי', ווי דערמאנט שוין מערערע מאל. ובפרט נאך אז ווי מ'פירט זיך אין אזוינע צוזאמענקומען, פארענדיקט מען אויך מיט א ענין של צדקה, וואס צדקה איז דאך שקולה כנגד כל המצוות, און גיט גלייך די הבטחה, ווי ס'שטייט אין תורה שבעל פה, אז בשעת א איד גיט צדקה, מאיזו סיבה שתהי'אפילו אז דאס איז ביי אים פארבונדן מיט א הכרח וכיוצא בזה גשמי, וויבאלד אבער אז ער גיט צדקה, איז דער אויבערשטער גיט אים כמה פעמים ככה די צדקה פון דעם אויבערשטן, וואס זי איז דאך, לויט דעם פארנעם פון דעם אויבערשטן מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, און לי הכסף ולי הזהב, ווי גערעדט שוין מערערע מאל, און בפרט נאך, ובמיוחד, אז יעדער איד און אלע אידן, ובפרט נאך מדריכות ומדריכות, ובפרט נאך אט די וואס האבן שוין מסיים געווען א גאנצן יאר פון לערנען, און האבן דאס בא זיך אין זי
- proofread
- 0