עברית
Library

שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]

130

­דיגען חיות און התלהבות, וואָס די אמונה האָבען די זיידעס און טאַטעס פון משפחת עדת החסידים איבערגעגעבען בירושה זייערע קינדער און אייניקלעך.

נג. און דאָס איז דער ענטפער פון משיח'ן, לכשיפוצו מעינותיך חוצה, אָט די והאמונה וואָס די זיידעס און די טאַטעס האָבען געלאָזט בירושה זייערע קינדער און אייניקלעך, איז אין דעם גלות שטראָם צעשפּרייט און צעזייט געוואָרען במרחבי תבל און מדינות שונות.

און אויךקט באַ אַזעלכע וואָס איבער פארשידענע סבות זיינען זיי פאַר­שטויסען געוואָרען אין חוצה, אַז מען איז אָפּגעריסען פון אידישקייט, אַז עס רעדט זיך ניט וועגען חסידות און הנהגות פון חסידים, עס רעדט זיך מכח טהרת המשפחה, הנחת תפילין, שמירת שבת, מאכלות כשרות.

אלס איינער פון גזע ובא כח הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע פאַל איך ביי זיך ניט אַראָפּ מיט די גזע החסידים וואָס זיינען אַוועק חוצה, וויסנדיק אַז אין זיי פליסט די בלוט פון זייערע עלטערן און אור עלטערן.

און דאָס זאָגט משיח, אַז אין דעם חוצה איז פאַראַן מעינותיך, די האָבען אין זיך אויך די גרויסע ירושה פון זייערע זיידעס און טאַטעס און אין זיי קאָן זיך אויפוועקען די פּינטעלע פון דעם והאמונה, וואָס זייערע עלטערען האָבען זיך מוסר נפש געווען.

משיח'ס ענטפער איז, יפוצו מעינותיך חוצה, די תורת רבינו הבעש"ט נ"ע און די עבודה טהורה בבירור וזיכוך המדות וועט זיך סוף כל סוף צעשפרייטען, אַז אַלע וועלען דערקאָנען דעם אמת, און אויך אפילו די וואָס געפינען זיך אין חוצה איז דער מסירות נפש פון זייערע עלטערען און זיידעס וועט זיי אויפוועקען, אַז זיי זאָלען זיך בענוצען אין פערגעניגען פון הנהגות טובות מיט דעם קלאָהר ריינער ירושה, וואָס זייערע זיידעס און טאַטעס האָבען זיי איבערגעלאָזען.

דער אויבערשטער זאָל אונז העלפען, בתוך כלל ישראל מיט אַ גליקליכען יאָהר אין אַלץ, און מיר זאָלען זעען ווי די עדת החסידים איז ממלא זייער חוב בתורה ועבודה, און די צווייגעלעך פון דעם אילנא דחיי, גזע החסידים, זאָלען אויפלעבען. און מיר אַלע בתוך כלל אחב"י שי' זאָלען זוכה זיין זעהען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-pa9byg0s

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources