Paragraph
Paragraph rh-p9rtvtzh
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a2mbmc1a
- order
- Mq
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נאר דא זאגט די משנה נאך א פירוש בזה, אז נוסף אויפן פירוש ווי דאס איז בפשטות, על דרך פון די שירות של יום, בששה ימים שלפני זה, האט מען נאך אויך א פירוש, אז דאס גייט און דערמאנט אויף ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים. און דורך דערויף ווערט אויך אראפגענומען די שאלה, פון וואנענט נעמט דאס די מפרשים צו זאגן, אז דא איז א חילוק צווישן די שבעה שירות, און ווי אזוי לייגט זיך דאס בכלל אין סברא, אז דעם שיר שהי'על ווי העומרים בבית המקדש האבן דאך געזאגט אויף דעם טאג ווי ער שטייט אין בית המקדש בשנה ההיא, ווען די לוים האבן געזאגט דעם שיר, במילא איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז דאס איז על דרך פון די ששה שירות שלפני זה, מיינט מען דאס אויף דעם טאג, פון יום השבת, ווען די לוים האבן געזאגט עם שיר. נאר כדי לסיים בדבר טוב, בטוב ביותר, און אויך בדברי הגדה, אין הגדה עצמה, אף על פי וואס ס'איז דאך אויך אין די שירות שלפני זה איז דא ענינים של הגדה, זיי שטייען אבער ניט אזוי בגלוי איז לסיים בדברי הגדה איז מען מסיים מיטן פירוש נוסף אין דעם פסוק, און איז פירוש על דרך ההגדה והדרוש והרמז והסוד, אז נוסף אויפן פירוש ווי דאס איז בנגלה ובפשטות ליום השבת, וואס דעמאלט האט מען געזאגט דעם שיר, על דרך זה ווען נזכרים ונעשים און יעדער איד זאגט ביום השבת דעם מזמור שיר ליום השבת אויך אלס שירו של יום, וואס דעמאלט האט מען אויך מסיימים בדברי ההגדות, וואס זיי זיינען אויך פארבונדן מיט הלכה, אז דאס איז ליום שכולו שבת ומנוחו לחיי העולמים.
- proofread
- 0