English
ספרייה
kind
paragraph
order
aA
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
חידושים אין פנימיות התורה וועט מען זיך מחדש זיין אויך לאחרי גאולה האמיתית והשלימה, על אחת כמה וכמה אט די חידושים וואס ס'איז שוין מתחדש געווארן און שוין פארשריבן געווארן, און זיי געפינען זיך במקום אינו ידוע, אבער זיי זיינען זיכער גאנץ וועט מען אויך זיי האבן, און מ'וועט אויך מוסיף זיין אט דאס וואס כאמור לעיל איז דאס פארבונדן אויך מיט דעם בעלת היארצייט, וואס זי האט דאס געמאכט אט די מעגלעכקייט דורך באקומען די בלעטער און מאכן די טינט, און אויך די פעניס וכיוצא בזה. וואס דאס איז דאך חלקה, און ווי זי האט דערנאך געזאגט, אז דאס האט זיך מוסר-נפש געווען, דערנאך געבראכט מיט זיך אוועקפארנדיק פון דארטן, פון עלמא אתא, אוועקפארנדיק דערנאך קומענדיק אין מסקר וכו אליין האט זי דאס נ געקענט מיטנעמען מיט זיך, כמדובר, וויבאלד אז זי איז גאר געפארן אלס א פוילישער פדערניש, במילא איז דאך געווען די גאנצע זאך מוקשה וכו כמדובר כמה פעמים.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים