עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-p5pfyzm8

kind
paragraph
order
dS
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ענין האמור. וואס דאס איז אויך, כאמור, דער דרך ארוכה קצרה וואס דער אלטער רבי שרייבט אין תניא, איז פון דארטן משמע בכמה מקומות, אז בא יעדערן האט דאך זיך זיין שליחות און זיין אופן פון שליחות און זיין אופן עבודה ווי אזוי צו דינען דעם אויבערשטן, במילא איז פארשטאנדיק, אז די אידן וואס געפינען זיך אין חוץ-לארץ, על אחת כמה וכמה אז זיי געפינען זיך אין א מקום קבוע, און אין דעם מק קבוע אויף זיי שוין געטאן און שוין מצליח געווען, דארפן זיי זיך בעטן בא די אלע וואס ווילן זיי רעדן וועגן זייטיקע ענינים, אפילו ווען דער זייטיקער ענין איז א גוטער ענין, ס'איז אבער א זייטיקער בערך פון אים, אז מ'זאל אים לאזן צורוען און לאזן אים צופרידן, און לאזן אים פארקערט נאך מסייע זיין אים אין אויספירן זיין שליחות, וואס אט דעמאלט וועט דאס מלכתחילה שולל זיין דעם ריבוי זמן וואס מ'האט שוין גע'פטר'ט אויף פלפולים וואס זיינען גמרי ניט נוגע לפועל, על אחת כמה וכמה פלפולים וואס ס'איז נוגע צו ארץ הקודש, און מיר געפינען זיך דערוויילע אין חוץ-לארץ, על אחת כמה וכמה רוב אידן וואס טראכטן גארניט וועגן אריבערפארן אין ארץ-ישראל, אפילו ניט לשם ביקור, על אחת כמה וכמה אויף א לענגע
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions