עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-p163gjp9

kind
paragraph
order
F
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז דאך איצטער, בשעת ס'קומט זיך צוזאמען דער דינסטיק מיטן מיטוואך, איז דאך דאס דער חלק אין דער פרשת השבוע פון שלישי ביז רביעי, און דערנאך אויך פון רביעי, ובפרט דעם אנהויבס פון רביעי, און מ'זוכט אין דערויף אויך א הוראה, אן אנווייזונג, אז וואו זעט מען אין דערויף עפעס אן אפלערנונג בהנוגע צו דער סיבה וואס מ'האט זיך דא צוזאמענגעקליבן. וואס דאס איז אויך אין דעם פאל א קלארע הוראה. פרשת שלישי הויבט זיך אן מיט דעם ענין פון שבט לוי, וואס שבט לוי האט זיך ניט געדארפט מתעסק זיין אין בארבעטן די פעלדער וכיוצא בזה, ווי ער זאגט אין חלק פון דער סדרה, כהוי'הוא נחלתו אז דער אויבערשטער איז אים מפרנס, וואו שפיגלט זיך דאס אפ? בכל הזמנים, אין יעדער ארט און אין יעדער צייט, און אין חוץ-לארץ, און אפילו איצטער אין חושך כפול ומכופל, איז זעט מען דאס, אויבן-אויפיק אפילו, אז דאס איז בנוגע צו קינדער, וואס קינדער איז אף על פי וואס די שלוחים דארף צושטעלן זיי נחלתו און זייער שפיז און כל צרכיהם, איז דאס זייערע עלטערן וואס זיינען זוכה, מ'דארף דאס זיין קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים, דאס אבער די עלטערן זיינען דאך מקיים די שליחות און די התחייבות כביכול, וואס דער אויבערשטער האט מבטיח געווען אז ער איז אנו מפרנס לכל, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, עאכו כמה וכמה וואס קינדער איז דאך מצד טבע צי איז דער אויבערשטער אזוי באשאפן, אז זיי זאלן ניט קענען זיך פארנעמען מיט אופשטעלן זיך אליין זייער פרנסה, דאס איז היפך פון טבע, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז שוין אין טבע איז דאס די וואס דער אויבערשטער איז חלקם ונחלתם, ביז וואנענט אז זיי דארפן זיך גאר ניט פארנעמען אייגענע טירחא,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions