transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אין די פרשת השבוע, ווי דער אלטער רבי האט איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו מ'זאל לעבן מיט דער צייט,
¶2איז דאך איצטער, בשעת ס'קומט זיך צוזאמען דער דינסטיק מיטן מיטוואך, איז דאך דאס דער חלק אין דער פרשת השבוע פון שלישי ביז רביעי, און דערנאך אויך פון רביעי, ובפרט דעם אנהויבס פון רביעי, און מ'זוכט אין דערויף אויך א הוראה, אן אנווייזונג, אז וואו זעט מען אין דערויף עפעס אן אפלערנונג בהנוגע צו דער סיבה וואס מ'האט זיך דא צוזאמענגעקליבן. וואס דאס איז אויך אין דעם פאל א קלארע הוראה. פרשת שלישי הויבט זיך אן מיט דעם ענין פון שבט לוי, וואס שבט לוי האט זיך ניט געדארפט מתעסק זיין אין בארבעטן די פעלדער וכיוצא בזה, ווי ער זאגט אין חלק פון דער סדרה, כהוי'הוא נחלתו אז דער אויבערשטער איז אים מפרנס, וואו שפיגלט זיך דאס אפ? בכל הזמנים, אין יעדער ארט און אין יעדער צייט, און אין חוץ-לארץ, און אפילו איצטער אין חושך כפול ומכופל, איז זעט מען דאס, אויבן-אויפיק אפילו, אז דאס איז בנוגע צו קינדער, וואס קינדער איז אף על פי וואס די שלוחים דארף צושטעלן זיי נחלתו און זייער שפיז און כל צרכיהם, איז דאס זייערע עלטערן וואס זיינען זוכה, מ'דארף דאס זיין קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים, דאס אבער די עלטערן זיינען דאך מקיים די שליחות און די התחייבות כביכול, וואס דער אויבערשטער האט מבטיח געווען אז ער איז אנו מפרנס לכל, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, עאכו כמה וכמה וואס קינדער איז דאך מצד טבע צי איז דער אויבערשטער אזוי באשאפן, אז זיי זאלן ניט קענען זיך פארנעמען מיט אופשטעלן זיך אליין זייער פרנסה, דאס איז היפך פון טבע, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז שוין אין טבע איז דאס די וואס דער אויבערשטער איז חלקם ונחלתם, ביז וואנענט אז זיי דארפן זיך גאר ניט פארנעמען אייגענע טירחא,
¶3זיי דארפן נאר זיין א כלי מתאימה אויף אויפצונעמען דעם אויבערשטנ'ס ברכות, און די עלטערן זיינען זוכה אז זיי זיינען די שלוחים בדרך הטבע, אז דורך זיי קומט-אן הוי'הוא נחלתו צו יעדער קינד און צו אלע קינדער, על אחת כמה וכמה קינדער וואס געהערן אויך בגלוי צו צבאות השם, אדער וואס גייען ארום און חזר'ן פסוקים פון דעם אויבערשטנ'ס תורה, ועוד ועיקר וואס בא זיי היינגען ארויס די ציצית, וואס ציצית באווייזט דאך, און ווי מבואר בפשטות, אז דאס איז אן עדות, אז דעם וואס טראגט די ציצית, אז ער איז עבדו של הקב,"ה איז דאך אט די אלע ענינים נאכמער, און וועט ער שלייכן נאכמערער, ווי אזוי בשעת מ'רעדט וועגן שבט לוי, און דערנאך ווערט דערפון פארשטאנדיק זעלבסט-פארשטענדלעך און מיט כל-שכן וקל-וחומר שבט לוי ערוואקסענע קען זיין א מציאות, אז זיי זאלן זיך אויך פארנעמען מיט מלחמות וכו ווען דאס איז א מלחמת מצוה וכיוצא בזה, קינדער האט דער אויבערשטער מלכתחילה באשאפן אין אזא אופן, אז זיי באקומען זייערע איצטרכות, הוי'הונדיקה אחלתו וכו.' וואס דאס איז דער תוכן און דער אינהאלט פון דעם חלק פון יום השלישי שהופל בו כי טוב. דערנאך גייט מען גלייך אריבער אין אנהויבן פון רביעי, וואס דארטן איז מען מחדש נאך אן ענין נפלא, אז כיבוא הלוי מאחד שעריך אז אף על פי וואס אזוי איז דאך געווען פאנאנדערגעטיילט סיי לויים און סיי כהנים אויף חלקים, און יעדערער האט א פיר און צוואנציק משפחות און יעדערער פון זיי האט געהאט זיין באשטימטע צייט ווען ער האט געדארפט געקומען אין בית המקדש און דארט טאן די עבודת המקדש, בשעת אבער ס'קומט א לוי און קומט פון חוץ תירושלים, איז פון וועלכן וואך ער זאל ניט זיין און פון וועלכן חודש ער זאל ניט זיין זיין משמרה, איז וויבאלד ער קומט מחד
¶4שעריך", און מ'קומט מיט אן אייגענע פארלאנג, מיט אייגענע קרבנות וואס ער איז זיכער מקרב און מקריב צו דעם אויבערשטן, זאגט רביעי גלייך אין אנהויבס אן, אז דעמאלט קוקט מען ניט אויף קיינע סדרי זמנה וכו,' און מ'גיט אים גלייך די אלע מעגלעכקייטן, א כהן הלוה און אויך א כהן, ווי רשי איז מפרש, אז כאטש אפילו דאס געהערט לכאורה צו אנדערע משמרות וכו וויבאלד אז ער איז געקומען מאחד שעריך און ברענגט זיין התקרבות מיט זיין מסירת-נפש אין דעם אויבערשטנ'ס מקדש, איז אט דעמאלט קען ער טאן די אלע עבודות וואס איז פארבונדן מיט זיין קרבן, און דער אויבערשטער בענטשט אים אין אלע פרטים וואס ס'איז דערמיט פארבונדן צום אלעם ערשטן, וואס דער אויבערשטער איז מקבל זיין גרייטקייט צו דינען דעם אויבערשטן מתוך שמחה וטוב לבב. און דאס איז פארשטאנדיק, אז דאס ברענגט אים גלייך הוי'הוא נחלתו, סיי בגשמיות סיי ברוחניות. ובמיוחד אז דאס קומט נאך אויס אין חודש אלול, וואס חודש אלול איז דאך דעמאלט המלך בשדה, אז דער אויבערשטער איז מלך מלכי המלכים הקב,"ה געפינט זיך מיט יעדערן פון אונז, אף על פי וואס דערוויילע זיינען מיר נאך בשדה, ניט אין דער גאולה און ניט אין ארץ הקודש, על אחת כמה וכמה בפשטות אין ירושלים עיר הקודש ובית המקדש, איז געפינט זיך דער מלך בשדה און מקבל יעדערן בסבר פנים יפות און מקבל זייערע בקשות, און נעמט זיי אלעמען מיט, אז זיי זאלן מיט אים מיטגיין לעיר מלכותו. וואס דאס איז אויך דער פשוט'ער אפטייטש אין דעם און די שפיגלונג, אז בקרוב ממש וועט מקוים ווערן דעם אויבערשטנ'ס הבטחה אין תורה, אז כלו כל הקיצין און שוין לאנג אז ס'קומען די צייט פון גאולה האמיתית והשלימה, איז כן תהי'לנו בתוך כלל ישראל אויף גיין צוזאמען מיטן מלך בשדה תיכף וביד ממש, אזוי אז מ'וועט קענען מסייע זיין דעם שיעור פון יום רביעי
¶5שוין אין ארץ הקודש, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, און דארט גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארט גופא ובא א לוי, וואס יעדער איד וויל דאך זיין א לוי און איז א לוי, איז ער באהעפט זיך מיטן אויבערשטן בתכלית השלימות ושורות, און טוט דארטן די אלע עבודות אין בית המקדש השלישי, וואס ער איז בנוי ומוכן, וכרגע כמימרא איז ער יורד למטה, און דארט געפינט זיך יעדערער פון אונז און אלע צוזאמען בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, און יעדערער שטייט אין א מעמד ומצב וואס נדבה לבו און ווי דער רמב איז מבאר בארוכה, אז דאס גייט אויף כל אחד ואחת פון יעדער איד און אלע אידן, ובפרט די אידן ווי זיי שטייען אין חודש אלול, וואס דעמאלט איז דאך אני לדודי און דאס איז דארט די התחלה, און דאס טוט אויך נאכמערער אויף אין דודי לי, צום אלעם ערשטן, אז יעדערער באקומט גלייך די כתיבה והחתימה טובה, לשנה טובה ומותוקה, מ'דארף גאר ניט ווארטן אויף ערב ראש השנה, וואס דעמאלט איז ווי ער זאגט אין מדרש, אראפגעבראכט אין טור, איז דאס דער אויסנאם פ שוין בערב ראש השנה, אז מ'האט די כתיבה וכתימה טובה לשנה טובה ומסוקה קומט צוגיין די אחרונים, די פוסקים האחרונים, און פסק'ענען אפ, און נאכן דערפון א מנהג פאר כל אחד ואחת מישראל, אז אפילו ווען מ'שרייבט מערניט ווי א וואכעדיקן בריוול, וויבאלד אז דאס איז שוין נאך ראש חודש אלול, כולל אויך ראש חודש אלול, זאל מען דארט כולל זיין, און תורת אמת הייסט דאס טאן אזוי? איז פארשטאנדיק אז דאס איז אזוי דער אמת, אז ס'איז דא א כתיבה וחתימה טובה, שוין זיכערע זאך אין ראש-חודש אלול, על אחת כמה וכמה, אז ס'איז שוין דער יום השלישי באלול שהוכפל בו כי טוב, על אחת כמה וכמה, מ'האט שוין אויך די התחלה פון דעם המשך בזה, אנדערנדיק בפשטות, אז נאך אין די לעצטע רגעים פון גלות האט מען א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה
¶6מותוקא, על אחת כמה וכמה אידישע קינדער, וואס זיי גייען דאך בראש ובתחילה, והם על דרך ווי ס'איז געווען כימי צאתך מארץ מצרים, הן הכירוהו תחילה אז יעדערער פון נייך אנהויבנדיק פון די קינדער, ובזכותם די עלטערן און די אלע זייערע מחנכים, און יעדערער פון אונז, בתוך כלל ישראל, האט שוין די פארזיכערונג, אז מ'האט א כתיבה ותחתימה טובה לשנה טובה מסוקה איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'מוז שוין אויך זיין די מנוחת הנפש ומנוחת הגוף לפני זה, כדי ס'קענען זיך גרייטן דערצו, במילא מוז דאך דער אויבערשטער כביכול מוזה, געבן אידן כל טוב גשמי ורוחני, און מ'טאנצט צוזאמען אלס א ענדע פון שנת הקריל און שנת תסנח תסמך, און מ'נוצט אויס די טעג וואס ס'איז נאך דא אין דעם יאר, אז ס'זאל זיין די הקהל את האנשים ואנשים וטף, און אין אן אופן פון תשמח און תשמח, וואס דאס היילט נאך מערער צו כל הענינים האמורים.
¶7ובפרט נאך אז מ'איז דאך מסיים, כרגיל, מיט דעם ענין פון נתינת צדקה, וואס זי איז דער די כלי און זי איז מזרז און ממשיך כל הענינים וכל הברכות וכו,' אנהויבנדיק פון די ברכת גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש, וואס דאס פארשטארקט נאך מערער די כתיבה והחתימה טובה לשנה טובה ומסוקה לכל אחד ואחת בתוך כלל ישראל.