Paragraph
Paragraph rh-nyg8trz8
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3wf3wzk3
- order
- 3G
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'געפינט זיך דאך אין א טאג וואס קומט בהמשך צו די ימים שלפני זה, וואס זיי זיינען אויך א צוגרייטונג, אף על פי וואס זיי זיינען דאך אן עיקר הכי גדול, האבן זיי דאך אויך א השפעה, א ווירקונג, אויף די ימים שלאחרי זה, אויף די טעג וואס נאכדעם, במיוחד אז דאס קומט די השפעה אויך פון יום השבת, וואס דאס איז דאך דער צווייטער טאג די קביעות פון היינטיקער יאר דער צווייטער טאג פון מתן תורה, ווי מ'זאגט דאך אויך דעמאלט אין תפילת העמידה, זמן מתן תורתנו האט דאך שבת, וכפרט דער טאג פון מתן תורה, א השפעה, א ווירקונג, פון פון גאנצן יאר, ס'איז דאך אחת בשנה, על אחת כמה וכמה א ווירקונג אויף די טעג פון דער וואך וואס קומען לאחרי זה, וואס דאס איז דאך אויך דער היינטיקער טאג, און וואס ס'האט דאך אויך די ווירקונג וואס ווי מ'פרעגט, פארוואס זאגט מען ניט קיין תחנון פארבינדט מען דאס, און מ'זאגט אז דער טעם אויף דערויף איז, וואס דאס איז פארבונדן מיט מתן-תורה, און דערפאר זאגט מען שוין ניט קיין תחנון, אנהויבנדיק פון ראש-חודש ביז ימי תשלומין, די טעג וואס קומען אלס א שלימות אין דעם טאג פון מפן תורה, און ווי גערעדט מערערע מאל אז דאס וואס מ'זאגט ניט קיין תחנון, איז דאס דערפאר וואס מ'דארף דעמאלט ניט אנקומען צו תחנון דער טאג אליין, מיט דעם תוכן פון דער טאג,
- proofread
- 0