עברית
Library

שמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*]

שמחת תורה תר"ץ

שמחת תורה תר"ץ*

ניו יארק

מהדורא תנינא עם הוספות וביאוריםא

א. אין דער עלית הנשמה פון רבינו הבעש"ט נ"ע בשנת תק"ז. איז ער געווען אין היכל המשיח, האָט מורנו הבעש"ט גיפרעגט באַ משיח'ן, אימתי קאתי מר, האָט משיח געענטפערט, לכשיפוצוב מעיינותיך חוצהג.

שאלה ותשובה, איז דאָס אַ געוויסע השכלה און השגה געביידע, אין יעדער געביידע איז פאַראַן דער עצם הבנין, און דער תוך פון דעם בנין, וואָס אַזוי איז אויך אין דער השכלה געביידע, די שאלה איז דער בנין, אין שכל וועלט הייסט דאָס די השכלה, און די תשובה הייסט דער תוך, די בעלייכטונג פון דעם בנין, וואָס אין שכל וועלט הייסט דאָס די השגה, וואָס די ביידע — השכלה און השגה — שטאַרקן און בעלייכטען איינע די אַנדערע.

השכלה איז דער גרונדשטיין און דער וואָרצל פון השגה, און השגה איז די רעזידענץ פּאַלאַץ פון השכלה.

מיט דעם וועט מען פאַרשטיין די טיפקייט פון דעם מאמר החכם, שאלת חכם חצי תשובה, או שאלות החכמה חצי החכמה.

די צוויי נוסחאות א) שאלת חכם חצי תשובהד — די פראַגע ווי אַ קלוגער פרעגט איז דער אופן פון דער פראַגע אַליין אַ האַלבער ענטפער. ב) שאלות החכמה חצי החכמהה — די וויסענ­שאַפטליכע פראַגעס זיינען אַליין אַ האַלבער טייל פון וויסענשאַפט. —

איז דייטלעך קלאָר אַז די צוויי נוסחאות איז דאָס צוויי בעזונדערע השכלה אינהאַלטן, וואָס יעדע איינע פון זיי האָט אַ ברייטע פערשטאַנדיקע ערקלערונג מיט אַ געוויסע בעדייטונג, אָבער איצטער וועלען מיר זיך ניט פערטיפן אין דעם, מיר וועלין מער ניט ווי לערנען פירוש המלות.

אין דעם וואָרט אַז שאלת חכם חצי תשובה, איז פאַראַן אַ מעלה און אַ

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-nrgtgpr9

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources