עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-nqth2qm1

kind
paragraph
order
28
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
שון גלייך. ס'איז כרגיל, ווי איינגעפירט פאר די לעצטע יארן, אז וויבאלד אז ס'איז געווען אלע צוזאמען א לענגערע צייט, און בפרט א צייט וואס איז פארבונדן מיט ימים-טובים ומועדים לשמחה וכיוצא בזה, איז אט דעמאלט, איידער מ'פארט זיך פאנאנדער יעדערער, תחת גפנו ותחת תאנתו, אויף מקיים-זיין דארטן דעם אויבערשט שליחות, קלייבט מען זיך צוזאמען דוקא אלע צוזאמען, כדי נאכמערער פארשטארקן די הכירות מיט די ידידות וואס האט זיך אנטוויקלט פאר דער צייט, און דאס זאל נאכמערער צוגעבן, בשעת יעדערער וועט קומען אין זיין שטאט אדער אין זיין שטעטל און ס'וועט זיין פרנסה ועבודתו, וועט ער האבן מיט זיך דעם שטארקן זכרון פון די אידן מיט וועלכע ער האט זיך געטראפן, דורך דערויף אויך מיט דער ארבעט פון אט די אידן, וואס זיכער האט מען אויך גערעדט וועגן דעם, און בפרט נאך זייער ארבעט אין אידישקייט, על מנת וואס דורך דעם וועט נאכמערער צוקומען אין פארשטארקן אידישקייט און פארשפרייטן אידישקייט, הלוך וגדול, וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן די תקוהו הגמורה והפנימיות, און דער תכלית פון כל הענינים פון מעשינו ועבודתינו, אויף צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט מען זיך צוזאמענקלייבן אין אן אופן פון אתם תלוקטו אחד אחד צוזאמענקלייבן זיך אין אן אופן פון גאולה שאין אחרי'גלות, אויף אן אייביקן קהל גדול וישוב
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions