עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-nk6e1fkx

kind
paragraph
order
k
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
שבוע בשבוע ווערט נאכאמאל ביום הששי מתחדש דער ביאת אדם הראשון, עאכו כמה וכמה אין ימי אלול, וואס דער מלך בשדה, און מראה פרים שרקות לכולם און מקבלט די אלע בקשות, און וויל זיי ממלא זיין און איז זיי ממלא, און מ'ווארט און מ'גייט אלע מיטן מלך צוזאמען אין עיר הבירה, און דארט איז מען אים מכתיר נאכאמאל, מחדש, אבער מחדש אין אן אופן וואס ס'איז גאר קיינמאל ניט געווען אזוי, ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הקודש, אז בכל ראש השנה איז יורד א נוער וואס איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא מין נוער זינט בחילת הבריאה, זינט התחלת סדר ההשתלשלות, וואס דאס איז דאך א דבר הכי חדש לגמרי, און אזוי ווערט דאס אויך בכל שנה ושנה און אזוי ווערט דאס אויך מידי יום ביום איז ער דאך בדוגמא פון ראש השנה, דער שמש החזרת בי און דאסניי אין אן אופן פון בריאה חדשה, ווי ער פרסנ'ט אויך אראפ אין שולחן ערוך, הלכה למעשה אין דעם אלטן רבינ'ס שולחן ערוך, אז פן כל יום ויום איז יעדער איד א בריאה חדשה דורך החזרת בי ביחד עם זה ווערט דאס א בריאה חדשה, ווערן די אלע ענינים נתחדש נאכאמאל, אבער ניט סתם נתחדש, נאך ביתר שאת וביתר עוז, ועל דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו ראש השנה, אז ס'איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא מין איין, איז מען איינזער, און נאך מערער אזוי איז דאס ממש בכל יום ויום ובכל רגע ורגע, כתורת הבעל שם טוב איז דאך דעמאלט די התהוות, מעיל יש ממש, פונקט ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה און וויבאלד אז מעלין בקודש איז פארשטאנדיק, אז ס'איז ניט פונקט ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, נאר שלא בערך מערער, כמובן וגם פשוט. און ועוד והוא העיקר, אז מ'האט נאך א הוספה פון דעם אויבערשטן אליין אין די אלע ברכות טובות און כתיבה והחתימה טובה, וואס דער אויבערשטער האט אנגעגעבן זינגט שבת מברכין חודש אלו, און דערנאך, אין אן אופן חדש
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions