transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'שטייט דאך אין יום הששי, ערב שבת קודש, וואס דאס איז דאך א התחלה פון יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, וואס דער סיום אין שיעור חומש, און ווי גערעדט נעכט מן בארוכה לפי ערך, איז דאך כקרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, און בפרט נאך ווי דער אלטער רבי איז דאס מבאר, און ווי ער זאגט בדרך ארוכה וקצרה, און האט ער אויפגעגעבן די תורה שבכתב פון חסידות חב ד, ספר התניא, פון זינט דעמאלט איז דאס געווארן א מקור אויף נאכמערער מוסיף זיין אין הפצת המעיינות חוצה. וואס דאס האלט נאכמערער צו די קאתי דער מלכא משיחא, וואס דעמאלט וועט דאך זיין בתכלית השלימות דער קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, כמובן וגם פשוט. וואס דאס גרייטן זיך צו דעם שבת, וואס האט דאך אויך זיין שיעור אין חומש, וואס ס'איז דאך אבער פארבונדן מיט דעם שיעור אויך פון ערב שבת מערער ווי שאר שיעורים וויבאלד אז מ'זאגט א כלל אויף כל עניני שבת, ומי שטרח בערב שבת, איז אט דאס ווערט די אכילה בשבת, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד תורה זאגט דאס, איז דאס לכל לראש אין תורה עצמה און אין שיעורי תורה, אז דער שיעור פון שבת'דיקער שיעור איז פארבונדן מיטן טרח בערב שבת, מיטן ערב שבת'דיקן שיעור, ביז וואנענט אז ביום השבת ווערט דאס דעמאלט דער ענין פון אכל, און ס'ווערט דם ובשר כבשרו מיטן גאנצן שטורעם וואס א חילוק טוט-אויף, און דא איז מסיים דעם שיעור מיט ובחרת בחיים, און מיט אריכות הביאור אין רשי בזה, וואס לכאורה איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק, און וואס איז דא ניט פארשטאנדיק אין פסוק,
¶2וואס רש'דארף בכלל מבאר זיין ובחרת בחייו, סיי דער ווארט ובחרת סיי דער ווארט בחייו, זיי זיינען ביידע טובות רגילות, ובפרט נאך ווי רש'אליין איז מפרש לפני זה, וכאמור איז רש'איז מפרש מיט אן אריכות גדולה, און מפרש בזה כמה ענינים, וואס יעדערער פון זיי דארף האבן א ביאור פאר א בן חמש למקרא, און דערנאך האט מען די נפלאות שלפירוש רש'ן, וואס דאס ווערט אויך פאר אט דעם וואס ער איז א נפלא צווישן בני אדם, ניט סתם שלא בערך פון א חמש למקום", ער איז א מפלל צווישן בני ארב, צווישן ערוואקסן. און רשי איז דאך בכלל מבאר, צום אלעם ערשטן זאגט רשי אז דאס איז ובחרת בחיים אז דער אויבערשטער הייסט מורא אני לכם אז מ'זאל אויסקלייבן בחיים. וואס דאס איז אינגאנצן פארשטאנדיק, ס'איז דאך ביז איצטער א ריבוי פעמים בתורה וואס דער אויבערשטער הייסט טאן גוטע זאכן, גייט רשי אויף דערויף א משל, און וואס איז דער משל? כאדם העומר לבניו. וואס איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק. דער אויבערשטער איז דער ערשטער מלמד און דער ערשטער מעמד על כל הענינים, און דערנאך איז ניט פארשטאנדיק וואס לשא ד זאגט כאדם האדם העומר לבניו ווי ברד אז ס'שטייט לבניו האט געדארפט שטיין כאב העומר לבניו.
¶3און דערנאך זאגט מען אין דערויף גופא, איז ניט סתם אן אמירה, נאר פריער איז דא די אמירה אז מ'זאל זיך אויסקלייבן א חלק היפה, און דערנאך איז דער וואס זאגט אים, דער אדם אומר לבנו, קומט ער אויך אין מעמידו, על חלק היפה, און דערנאך זאגט ער אים, בשעת ער שטייט שוין אויפן חלק היפה, זאגט ער אים, אז זע זאל ער אויסקלייבן, און ווי ער ברענגט דערנאך אראפ דעם אריכות הפיאור אויך פון א פסוק, אתה תומך גורלי און טייטש דארטן אפ די אלע ענינים, ווי אפגעזאגט פריער. וואס על כל פנים בקיצור איז, אז רשי וויל ברענגען, צום אלעם ערשטן ווי דאס איז ובחרת בחיים, ווי דאס קומט פון עצמות ומהות, ווי דאס קומט פון נותן התורה, דערנאך זאגט רשי, אז דער עיקר איז גאר, אז דאס ארף אראפקומען ווי די אלע ענינים שטייען אין א ציור פון אדם למעלה, און דערנאך קומט דאס אראפ אין אדם למטה, על שם אדמה לעליון, דאס איז אבער אמיתית ענין האדם איז דאך דאס די פשוטו של מקרא, אין מקרא יוצא מי די פשוטו, וואס דאס גייט אויף אידן טאקע, על שם אדמה לעליון דאס גייט אבער אויף אידן ווי זיי זיינען אין נשמות בגופים, ועד כדי כך, ווען איז ויקרא השמם אדם בשעת ס'איז שוין דא זכור און דקובא ברא אותם וואס דאס איז דאך א דוגמא פון דער נשמה און גוף, און דערנאך נאך למטה יותר זכור און דקובא כפשוטם, וואו ס'ווערט בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי ויהיו לבשר אחד כמובן וכם פשוט, און דערנאך זאגט רש'י, אז אויך ווי ס'קומט אראפ דער אדם אומר לבני קומט דאס אראפ, אז ניט נאר ער זאגט אים וואס דאס איז קרוב אליך הדבר בפיך, נאר דער אויבערשטער טוט במעשה און שטעלט אים אוועק אין דעם חלק היפה, אין גורלי היפה,
¶4און דארטן גופא, אין דער מעשה און צו דער מעשה, איז ער אויך מוסיף אתערותא דלעילא, אן אמירה לאחרי זה, אז ער זאגט אים נאכאמאל, אז בזה און באווייזט אים אין אן אופן נראה ונגלה, ביז לעיני בשר, אדער נראה לעיניים הייניום וכו,' און זאגט אים, אז אט דאס דארף ער קלייבן. וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט תחילת הסדרה פון אתם נשבים היום לפני הוי'אלקיכם כולכם, אז מ'שטייט אין אן אופן פון נצבים, נצב מלך, און מ'שטייט לפני הוי'אלקיכם וואס דאס איז עצמות ומהות, כמדובר לעיל בארוכה, ביחד עם זה טייטשט מען דאס אלץ אפ, אז דאס שטייען אלע עשר סוגים, ווי ער רעכנט אויס, ביז חוטב עציך און שואב מימיך, ווי זיי זיינען במעמדם ומצבם, און דערנאך, דורך דערויף וואס נצבים ושני הוי'אלקיכם ווערן זיי איין זאך, מצל שכם שבטיכם. ביז וואנענט ווי ער איז מבאר אין לקוטי תורה, אז דאס ווערט אן ענין פון נצבים לאחדים כאחד ממש. און ועוד והוא העיקר, אז די אלע ענינים קומען אראפ בגשמיות בפשטות, ועד כדי כף ווי ס'איז געווען דער מעשה בפועל, דאס איז נאך געווען קודם שנכת וכנס ולארץ", מ'איז נאך אלץ געווען אין מדבר וואס ס'ווערט אנגערופן מדבר העמים, וואס דוגמתו איז זמן הגלות, איז שוין דעמאלט געווען אין אן אופן פון נצבא, אין אן אופן לפניכם, און אין אן אופן פון כולכם, און אין אן אופן ווי רש יא איז מסיים אתה תומך גורלי אז יעדער איד און אלע אידן האבן די נמשך פון דעם גורל שבנפש און גורל שלמעלה, וואס דאס פארבינדט דאך אויך מיט יום הכיפורים, מיט יום הקדוש, וואס ענינו איז דאך ענין הגורל, פארבונדט דאס אויך מיט ימי הפורים, וואס הפור הוא הגורל, וואס זיין ענין איז דאך אויך דער ענין פון גורל, און ער ממשיך, אז די אלע ענינים זאלן זיין אין א שמחה שלמעלה ממדידה והגבלה כלל, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס דארף זיין סיי תסנח און סיי
¶5תמח, ביז אין אן אופן הכרל, האנשים והנשים והטף, ווארום ס'איז ניט שייך קיין חילוקים מאכן, על דרך ווי בפורים איז ניט געווען קיינע חילוקים. ונער ועזקן טף ונשים און אלע זיינען געשטאנען אין א מעמד ומצב פון יום אחד, מיט אלע פירושים טובים שבדבר, על דרך זה אויך ביום הקדוש אין יום הכיפורים, וואס אף על פי וואס ס'איז דאך נשמות בגופים, מ'דארף דאך זיין אויך צוזאמען דערמיט דומם למלאכים און דעמאלט איז אויך פון אחת בשנה און אחת בנפש און אחת במקום קודש הקדשים, ווערן אלע פאראיינציקט אין אן אחדות משולשת, בדוגמא פון מקדש אדנ'כוננו ידיך, מקדש השלישי. ובדוגמא ווי יעדער איד מאכט בא זיך אויך דעם חוט המשולש, דורך דערויף וואס ער פאראיינציקט זיך, אנשים ונשים בטף, און פאראיינציקט זיך אויך ישראל אורייתא וקוב ה. און דאס ווערט נאך קודם ראש השנה, אפילו קודם ערב ראש השנה, אפילו קודם ערב ראש השנה, בפרט נאך אז דאס איז ביום הששי שבו נברא אדם הראשון,
¶6שבוע בשבוע ווערט נאכאמאל ביום הששי מתחדש דער ביאת אדם הראשון, עאכו כמה וכמה אין ימי אלול, וואס דער מלך בשדה, און מראה פרים שרקות לכולם און מקבלט די אלע בקשות, און וויל זיי ממלא זיין און איז זיי ממלא, און מ'ווארט און מ'גייט אלע מיטן מלך צוזאמען אין עיר הבירה, און דארט איז מען אים מכתיר נאכאמאל, מחדש, אבער מחדש אין אן אופן וואס ס'איז גאר קיינמאל ניט געווען אזוי, ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הקודש, אז בכל ראש השנה איז יורד א נוער וואס איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא מין נוער זינט בחילת הבריאה, זינט התחלת סדר ההשתלשלות, וואס דאס איז דאך א דבר הכי חדש לגמרי, און אזוי ווערט דאס אויך בכל שנה ושנה און אזוי ווערט דאס אויך מידי יום ביום איז ער דאך בדוגמא פון ראש השנה, דער שמש החזרת בי און דאסניי אין אן אופן פון בריאה חדשה, ווי ער פרסנ'ט אויך אראפ אין שולחן ערוך, הלכה למעשה אין דעם אלטן רבינ'ס שולחן ערוך, אז פן כל יום ויום איז יעדער איד א בריאה חדשה דורך החזרת בי ביחד עם זה ווערט דאס א בריאה חדשה, ווערן די אלע ענינים נתחדש נאכאמאל, אבער ניט סתם נתחדש, נאך ביתר שאת וביתר עוז, ועל דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו ראש השנה, אז ס'איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא מין איין, איז מען איינזער, און נאך מערער אזוי איז דאס ממש בכל יום ויום ובכל רגע ורגע, כתורת הבעל שם טוב איז דאך דעמאלט די התהוות, מעיל יש ממש, פונקט ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה און וויבאלד אז מעלין בקודש איז פארשטאנדיק, אז ס'איז ניט פונקט ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, נאר שלא בערך מערער, כמובן וגם פשוט. און ועוד והוא העיקר, אז מ'האט נאך א הוספה פון דעם אויבערשטן אליין אין די אלע ברכות טובות און כתיבה והחתימה טובה, וואס דער אויבערשטער האט אנגעגעבן זינגט שבת מברכין חודש אלו, און דערנאך, אין אן אופן חדש
¶7לגמרי פון ראש-חודש אלולן, דערנאך אין אן אופן חדש לגמרי פון חיי אלולן, און זאל דאס אלץ אראפקומען למטה מעשרה טפחים, תיכף ומיד ממש, און מ'פראוועט דעם שבת און דעם סיום פון ערב שבת בארצנו הקדושה בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, אין אן אופן וואס דער ארצנו הקדושה איז אין אן אופן פון ירחיב הוי'את גבולך עשר אומות, און דארטן גופא בירושלים עיר הקודש ובית המקדש ובקודש הקדשים, תיכף ומיד ממש, ולא עיקבן אפילו כהרב עין, און אין אן אופן פון ארתים נצבים היום כולכם לפני הוי'אלקיכם מיט אלע ברכות והצלחות, ביז אז קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותי שטייט דאס בגלוי, יאדר'ן, און ער נוצט דאס אויס בפועל און גייט מחיל אל חיל, ביז אז מ'פארבינדט דאס מיט יראה אלא אלקים בציון והוא יכננעו עליון.