English
ספרייה
kind
paragraph
order
LS
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מיט קבלת התורה במיוחד. וואס דאס האט אויך א ספעציעלע פארבינדונג, ווי דערמאנט פריער, מיט דעם שבת, וואס היינט געפינט מען זיך גלייך נאך דעם שבת, אז פון דער מנוחה און פון דער הייליקייט פון שבת, נעמט מען מיט, אז מ'וועט אויך האבן א מנוחה'דיקע וואך, און אויך א לעבעדיקע וואך, און נאכמערער אידישקייט אין דער וואך, צוגעקומען נאך א שבת, נאך א הייליקייט פון שבת, וואס מיני'מתברכין כולי יומי וואס ווי ער זאגט אין זור, אז פון דעם שבת ווערן געבענטשט אלע טעג פון דער וואך וואס קומען נאכדעם, און זיכער בשעת אין דער וואך איז נאך דא דער ראש חודש פון דעם חודש, וואס מ'האט מקבל געווען די תורה אויפן קאנצן לעבן, און ס'קומט דערנאך אויך די טעג פון צוגרייטונג צו חג השבועות, ימי הגבלה, און אויך די טעג פון ערב שבועות, וואס דאס איז דאך דער שבת וואס קומט לאחרי זה, וואס דאס מאכט נאך טיפער און נאך לעבעדיקער און נאך פריילעכער און אידישער אין קבלת התורה אין דעם יאר, וויבאלד אז מ'האט שוין אזויפיל מאל מקבל געווען די תורה, איז אדרבא, ביי אידן און אידישקייט, אז ס'קומט-צו נאך א יאר, איז דורך דעם ווערט די זאך נאכמערער באנייט און נאכמערער יונג, און נאכמערער אפגעפרישט, און נאכמערער פריילעכער און נאכמערער טיפער און ברייטער אויפן גאנצן יאר. וואס דאס פארענטפערט אויך וואס מ'שטעלט זיך היינטיקע צייטן לערנען זיך פרויען, און אויך מיידלעך, ביז קליינע מיידלעך, חלקים אין תורה, מען זיך פארלאזן, אז וויבאלד אז ס'ווייס דערפון דער מאן, אדער דער עלטערער ברודער, אדער א ברודער בכלל, איז גענוג אז די פרוי אדער די מיידעלע זאל יוצא-זיין, און בשעת זי וועט עפעס דארפן פרעגן, וועט זיי פרעגן אדער ביים עלטערן ברודער אדער ביים מאן, איז בשעת מ'האט זוכה-געווערן, און ס'ווערט אלץ מערער צוגעגעבן אין תורה, איז אויך געווארן דער מנהג ישראל
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים