Paragraph
Paragraph rh-ndwd2gqr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-zz3ryqhy
- order
- 4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין צוגאב צו די גוטע וואונטשן און צו די ברכות און מאמרי רז'ל וואס מ'האט ערשט גערעדט צו די וואס זיינען ערשט דא געווען און געהערט און אלץ אין א מקום קדוש, וואו מ'דאוונט און וואו מ'לערנט און וואו מ'איט אויף צדקה, וואס דאך זיכער איז דאך דאס חל אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, ובפרט אויף די וואס זיינען גלייך אריינגעגאנגען בהמשך צו זיי אין דעם זעלבן ארט און אין דעם זעלבן זמן, כמדובר כמה פעמים. איז דאך קומט דאך אויך צו, בשעת מ'פארבינדט דאס מיט א זמן מיוחד, אז מ'האט זוכה געווען און מגדל געווען קינדער, לתורה ולחופה מעשים טובים בכלל, ביז א בר-מצוה אדער בת-מצוה במיוחד, וואס דעמאלט ווערט דאך דאס אני היום יהי לידי תיך, ווי ער זאגט אין זהר, אז דאס מיינט מען אויפן טאג ווען מ'ווערט א בר-מצוה, דערפון אויך פארשטאנדיק על דרך זה בהנוגע צו א בת-מצוה, זאלן זיי ממשיך-זיין, די וואס האבן זיי געהאדעוועט ביז איצטער, אויך ממשיך זיין, מגלה זיין זיין לתורה וחופל ומעשים טובים אין א גוטן אופן, אין א געזונטן אופן, אין א הצלחה'דיקן אופן, אין א חסיד'ישן אופן, און ממשיך זיין צו האבן פון יעדערער פון זיי אמת'ן נחת, לאורך ימים ושנים טובות.
- proofread
- 0