Paragraph
Paragraph rh-ncg5k6se
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nx1s07dm
- order
- p3
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נידעריקער פון דער דרגא ווי ער איז געווען לפני זה, מוז מען דאך זאגן, אז כאיש אחד בלב אחד איז דאס כדרגא הכי עליונה פון אט די אלע וואס זיי זיינען געווארן כאיש אחד בלב אחד, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז גלייך דעמאלט האט דער אויבערשטער מגלה געווען, און ס'איז געבליבן א גילוי מידי שנה בשנה בימים אלו, אז איצטער זיינען ראש חודש ציון, זיינען אידן, מצידם שוין א כלי מוכן און א כלי טהורה און א כלי קדושה, מיט אלע מעלות שבדבר, אויף מקבל-זיין חכמתו ורצונו של הקדוש ברוך הוא, ואדרבא מקבל-איר זיין ווי זי קומט אראפ אין פרטי פרטים, ביז אין דיו כתובה על הקלף, און דערנאך אויך אין פירושו אין תורה שבעל-פה, וואס חביבין דברי סופרים צוזאמען מיט חמורין דברי סופרים, האט מען אין דערויף דעם גאנצן חומריות אין אן אופן ווי חומריות שטייט אין תורה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז שייך שבזה מיט דער תורה פון בעל שם טוב, כסירא חמוב איז ניט ווי ס'ווייזט זיך אויס אז דאס איז שונאך נאר ס'ווערט גלייך עזוב תעזוב עמו כפירוש, ווי נשיא דורנו האט אויך געהייסן אריינגעשטעלט די ימיו און געהייסן דאס מפרסם זיין בפרטי הדיוק פון די לשונות ווי אזוי דאס איז פארבונדן מיט א צווייטער תורה פון בעל שם טוב, אז כי אתם תהיו לי ארץ חפץ אז דאס גייט אויף יעדער אידן, ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב בעבר, איז איצטער שטייט מען דאך אין דעם זמן וואס ס'איז שוין בסיום, וקרוב לסופו ממש, פון די עבודה פון ספירת העומר, וואס מ'האט מוסיף געווען שפע רב בכל העולמות במשך פון פערציק זיבן טעג, על אחת כמה וכמה אז מ'איז שוין בטוח אז ס'וועט זיין די שבע שבתות מימות תהיינו אויף מסיים-זיין, בפרט נאך אז מ'האט שוין דאס אלץ געהאט אין טאג פון ל'בעומר, כןזכר לעיל. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בפשטות, אז די אלע פירושים און די אלע ענינים, און ניט נאר די רמזים, על אחת כמה וכמה ווי ס'שטייט בפשטות,
- proofread
- 0