עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

16 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1איז דאך וויבאלד אז מ'האלט נאך מעריב און נאך ספירת העומר פון שבעה וארבעים יום, איז דאך פארשטאנדיק פון די ביידע זאכן אז דאס איז שוין די התחלה פון די ג' ימי הגבלה, דריי טעג פאר חג השבועות, וואס דאס איז דאך בקביעות פון שנה זו די טעג פון דאנערשטיק און פרייטיק און שבת, וואס דאס איז דאך א הדגשה מיוחדה, אז דער ערב שבועות בקביעות שנה זו קומט אויס ביום השבת, וואס דאס האט דאך נאך א שייכות מיוחדה מיטן גאנצן ענין פון תורה, וואס הכל מודים אז בשבת ניתנה תורה און ווי דער אלטער רבי איז דאס מבאר אין תורה אור און אין נשיאים שלאחרי זה, אין זייערע דרושים, ווי אזוי שבת און תורה די זעלבע זאך, און עד כדי כך, אז די נוסרי התורה ומלמדי התורה ולומדי התורה, וואס זיי זיינען דאך די תלמידי-חכמים, ווערן זיי אנגערופן בשם שבת, אנהויבנדיק ווי ס'שטייט בגלוי בנוגע צו ר'שמעון בן יוחאי, וואס דאס איז דאך אויך אין דעם טאג, וואס כמוזכר לעיל איז דאך שוין דער ענין, אז מ'האלט שוין אין הוד שבהוד איז כאילו ווי מ'האט שוין דעם גאנצן ענין פון דער עבודה פון ספירת העומר, כמוזכור לעיל בארוכה, וואס אויף אים זאגט מען דאך אז מען פני האדון דא הוי איז דאס ר'שמעון בן יוחאי, וואס דאס איז נאכמער די הדגשה ווי ער שטייט אויך אין א צווייטן ארט בנוגע צו ר'שמעון בן יוחאי, אז ער ווערט אנגערופן אויך בשם שבת. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו יעדער אידן, אז וויבאלד אז יעדער איד זאגט ותין חלקנו בתורתך ועד כדי כך האנשים והנשים והטף, זאגן זיי דאך דאס אויך מצד חינוך, אבער ס'איז דאך חינוך על פי התורה, עאכו כמה וכמה אנשים ואינשים, וואס זיי זיינען דאך אויך מתפלל כמה פעמים במשך השבוע, עאכו כמה וכמה

2במשך פון די טעג פון ספירת העומר, זאגן זיי, אז זיי האבן זיי א חלק מיוחד פאר זיי בתורתך פון דעם אויבערשטן, וביחד עם זה ווערט דאס זייער חלקנו, ווערט דאס א זייערע חלק, ביז וואנענט אז זיי ווערן דארט בעל-הבתים, עד כדי כך, אז ווי די גמרא זאגט בכמה מקומות, די ביידע טעות וואס איין דיעה איז, אז דער עיקר דארף מען אויפשטיין כמי לומדי התורה, און דערפון קומט דערנאך אויך ארויס אן ענין אז מ'שטייט-אויף מחבד דעם ענין פון ספר תורה, כמובן גם בפשטות הענינים. וואס דער כללות ענין פון די ימי הגבלה צו חג השבועות איז דאך פארשטאנדיק פון דעם נאמען אליין, אז דאס דארף זיין בדוגמא צו חג השבועות, וואס דערפאר זאגט מען דאך, אז דאס איז זייער הגבלה פארבונדן ניט מיט אנדערע ענינים, נאר פארבונדן מיט זמן מתן תורתינו, מיט חג השבועות, איז דערפון אויך פארשטאנדיק ביתר שאת וביתר עוז די הוראה כללית וואס נשיא דורנו האט איבערגעגעבן, אז ס'קומט במיתורך דיר אחר דיר נשיא אחר נשיא, פון דעם אלטן רבי'ן אן, פון לעבן מיט דער צייט, א לעבן מיט דער פרשת השבוע, און אין פרשת השבוע עצמה, מיט דעם חלק הפרשה וואס זי איז פארבונדן מיט דעם טאג. וואס אין דערויף קומט דאך צו, אז וויבאלד איז דאך דא כמה ענינים בלילה וואס גייט לאחרי היום, איז דאס פארבונדן מיטן חלק הפרשה וואס איז פארבונדן מיט חלק השבוע פון יום הרביעי, פון רביעי ביז חמשה

3שמישי", על אחת כמה וכמה אז דאס איז פארבונדן און מ'לערנט אפ פון ענינים וואס שטייען פון חמישי ביז ששי. וואס ס'איז דאך צוויי באזונדערע חלקים אין סדרה, איז דאך פארשטאנדיק, אז יעדערער חלק פון זיי האט א ריבוי ענינים, ביז אין סוף, אין וועלכע ס'האט ענינים בפני עצמו, וויבאלד אבער אז ווי מ'זעט אויך ביז אין פשוטו של מקרא, וויבאלד אז ס'איז דא א זמן וואס די הוראה על פי תורה שבעל-פה איבערגעגעבן על ידי נשיאינו פארבינדט דאס פון התחלת פון רביעי ביז צום סוף פון חמישי איז דאס גופא א הוכחה, אז ס'מוז זיין א דבר המשותף, און בשעת מ'געפינט ארויס דעם דבר המשותף, אט דעמאלט האט ער נאך ביתר שאת וביתר עוז מצד אט דעם ענין וואס ער איז משותף אין ביידע חלקים, סיי פון רביעי ביז חמישי, סיי פון חמישי ביז ששי, על אחת כמה וכמה, אז בשעת מ'זוכט דעם חלק המשותף דארף מען אים גאר ניט זוכן, דאס איז פשוטו של מקרא ממש, במילא איז פארשטאנדיק אז דאס איז שוין פארשטאנדיק פאר א בן חמש למקרא, על אחת כמה וכמה בן עשר למשנה, על אחת כמה וכמה נאך עלטער.

4וויבאלד אז דאס איז אן ענין וואס ציט זיך, דער זעלבער ענין, כאמור, פון התחלת רביעי ביז סוף פון חמישי איז דאך פארשטאנדיק, אז דער לימוד וואס קומט ארויס פון דעם ענין המשותף, איז ביתר שאת וביתר עוז וביתר תוקף, וויבאלד אז דאס איז א לימוד וואס קומט כפליים לתושי לגבי ווי דאס איז אין די חלקים פון דעם טאג ווען ס'איז מערניט ווי דער יום רביעי ווי ס'איז געווען דער זמן פון תפילת מנחה, דער חלק פון טאג וואס ס'איז מערניט ווי יום חמישי ווי ס'וועט זיין אין זמן פארבונדן מיט תפילת שחרית. בשעת מ'האט די תפילת ערבית, וואס זי איז ערבית און פארבונדן מיטן טאג שלאחרי זה ביחד עם זה זאגט גלייך דער שעת אין אנהויבס, אז דא בתחילתו, איז מסכתא ברכות, אז דאס איז פארבונדן מיט די בדרים ואברים פון די קרבנות וואס מ'האט מקריב געווען דעם יום שלפני זה. און אף על פי וואס כהנים זריזים הם, איז דא אמאל, אדער מער ווי איין מאל, אז ס'בלייבט בדרים ואברים וואס זיי זיינען ניט אינגאנצן עולה געווען ביי א קרבן עולה, וואס דאס איז דאך דער עיקר די קרבנות ובדרים פון דעם קרבן הכי אחרון, איז דאך דאס דער תפילה דער תמיד של בין הארבעים, איז דאך דא ביז וואנענט אז אויף דערויף איז טאקע איז מען קובע א תפילה בפני עצמה, תפילת ערבית. און ואידנא קבוה חובה וואס בפשטות, איז בזמן פריער איידער קבוה חובה איז דאס געווען אן ענין של רשות, און איינער פון די טעמים איז געווען, אז אין דערויף שפיגלט זיך אפ, אז תפילת כנגד תמיד של בוקר של שחרית איז א דבר של חובה, תפילה כנגד תמיד של בן הארבעי, וואס דאס איז תפילת המנחה, איז א דבר של חובה, מוז דאס זיין יעדער טאג, ניט קוקנדיק וואס פארא טאג דאס איז. אט דאס וואס ס'בלייבט אברים ופטרים, אז ניט קיין פארברענטע לגמרי, און דערפון איז כנגד זה איז קבו

5תפילת ערבית איז דאס אן ענין של רשות, ווארום ס'איז אויך געווען בזמן שבית המקדש הי'קיים איז דאס אויך געווען א רשות, ניט קיין חובה, ווארום בשעת ס'איז געווען די ענינים פון די כהנים אדער די נתמידים וכיוצא בזה וכו איז אט דעמאלט איז אמאל איז דאס געווען, און אמאל איז דאס ניט געווען. און ס'איז ניט קיין הכרח צו זאגן, אז דאס איז פארבונדן דוקא דערפון וואס ס'פעלט עפעס אין זריזות הכהנים, ווארום אט דאס וואס די אברים ובדרים זיינען ניט אינגאנצן מעוקל, זיי זיינען ניט אינגאנצן פארברענט געווארן די לעצטע פון תמיד של בין הארבעים-קען דאס טרעפן אפילו ווען די כהנים זיינען בתכלית הזריזות, ווארום דער מזבח האט דאך געהאט די הגבלות, די מערכה של המזבח האט געהאט א מדידה והגבלה, במילא איז אויב מצד עזות שבת שתהי', און בפרט נאך אז סיבה כל שלטוב האבן אידן געבראכט אין דעם טאג א ריבוי קרבנות, במילא איז געווען א ריבוי פון אברים ופדרים, ווי דאס איז פון שאר קרבנות, אדער זיי האבן געבראכט אז אינע קרבנות וואס א סך אברים ובדרים, איז אט דעמאלט די כהנים זיינען דאך געבונדן מיט די מדידה פון דער מזבח הנחושת, מזבח החיצון, איז במילא קען זיין פארקערט, אז דוקא מצד המעליותא, וואס ביי אידן איז געווען א רב שפע אין כל ענינים רוחניים, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז זיי האבן גלייך מוסיף געווען אין די קרבנות שלהם, ברענגען אויך בפשטות ובגשמיות על גבי המזבח, במילא איז צוגעקומען א סך עבודה ביי די כהנים, מצד מהריותא פון אידן, דער עילוי פון אידן, על דרך זה אויך, ביז אז מצד דעם רוב טובה וואס מ'האט מקריב געווען איז דאך אט דעמאלט איז מסתת נדבת ידך וואס שטייט דאך במיוחד בנוגע צו חג השבועות,

6אין די ג'רגלים עצמם, דערפון איז דאך אבער פארשטאנדיק, און ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז בשעת דער משתת נדבת ידך איז אשר ימות השנה גיט אים דער אויבערשטער מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, א רוב טוב גשמי בפשטות, איז דאך פארשטאנדיק, אז ער איז מרבה דעם חלק לגבוה, כולל אויך דער קרבנות וואס זיינען סיי לגבוה און סיי לבעלים און סיי לגהנים וואס דערפאר ווערן זיי אנגערופן בשם שלמים, בדוגמא פון שלמי עצרת, אף על פי וואס זיי זיינען דאך קדשים כלים, משא'כן שלמי עצרת וואס אין כאן המקום להאריך בזה. וואס דאס איז אויך בהנוגע לעניננו דער קו המשותף, וואס כאמור איז דאס איז ביתר שאת וביתר אויס דער לימוד ממנו פון דעם חלק התורה וואס ס'הויבט זיך אן אין תחילת פון רביעי און ענדיקט זיך אין סוף פון חמישי אז ס'רעדט זיך אינגאנצן וועגן דעם ענין פון שבט לוי. בפרטיות, וואס אין וואס ס'איז באשטאנדען זיין עבודה? בפרטיות, דעם ענין פון שבט לוי, און וואס דעמאלט זאגט מען, אז ס'ווערט דער חידוש נפלא אז ס'ווערט אין אים מבן חודש במעלה, משא נכן בא שאר השבטים, איז ניט נאר בר-מצוה האט מען געהאלפן אויף דעם, נאר מ'האט געדארפט ווארטן ביז יוצאי צבא בישראל, בן עשרים שנה, משא נכן שבט לוי, וואס ביי אים איז געווען מבן חודש ומעלה, און מ'זאגט, אז דאס וואס מ'דארף ווארטן דעם חודש איז דאס מערניט וואס דערפאר וואס מ'געפינט זיך אין עולם הזה הגשמי, במילא קען דארטן זיין אן ענין פון נפל מדרגא במילא קען דאס דאך אויך אפשפיגלען אין אן נפל, אין דעם בן לוי וואס איז נולד געווארן איז זאגט מען, אז דאס באווארנט מען אויף למפרע, וויבאלד אז ס'איז בבן חודש ומעלה ווייס מען מלמפרע אז דאס איז זרע חייו וקיימא, און ס'ווערט דער ענין פון לוי.

7וואס דא זעט מען אויך גלייך אין וואס ס'באשטייט דער לימוד. און דער שטייט דער לימוד אין דערויף ווי יעדער איד איז אן ענין ווי ער שטעלט זיך אוועק אין א מעמד ומצב פון לוי. וואס בכללות איז דאס פארבונדן מיט מתן תורה, וואס דעמאלט האט מען געזאגט, ביז דעמאלט איז געווען עבודה בבכורות דערנאך האט זיך אנגעהויבן די עבודה בלוים, און מ'האט דעמאלט געזאגט יעדער אידן, ואתם תהלו וממלכת כהנים וגוי קדוש. און מ'דער ציילט בארוכה, אז חיבתם של ישראל איז דא אפילו בא די וואס מ'הויבט אן ציילן וועגן עשרים שנה ומעלה, על אחת כמה וכמה אז מ'הויבט אן ציילן ווען חודש ומעלה, און מ'זאגט גלייך אויף דערויף דער ענין אז מב� ישראל עצמם, וואס זיי ווערן דאך אנגערופן יוצאי צבא בישראל בהדגשה מיטן מנין איז אין דעם צבא עצמם איז נאך דא הגיונו של מלך, וואס דער הגיונו של מלך איז דאס דער שבט לוי, און וואס דערפאר איז ביי אים דא די אלע ענינים מיוחדים וועגן וועלכע ס'ווערט דערציילט פון אנהויבס פון רביעי ביז צום סוף פון חרמישי, כמוזכר לעיל. און די התחלה וואס אין דערויף הויבט זיך אן מיט אלה תלות משה ואהרן און דערמיט פארבינדט מען אויך אן ענין און גלייך א לימוד, אז וואס לערנט מען דערפון אפ אין פשוטו של מקרא, וואס דערפאר ווערט דאס געבראכט אין פירוש רש אי לערנט מען אפ, אז בא יעדער אידן איז א מלמד את בן חבירו תורה איז מען מדגיש אז ס'איז דא א חבר און דאס איז בנו של חבירו, אבער ער לערנט מיט אים תורה איז אט דעמאלט מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו.

8עובר כמה פעמים אויך דער דיוק פון לשון מעלה עליו הכתוב, אז ס'ווערט אין אים אן עלי'און אן עלי'וואס דאס איז נאך עליו נאך העכער ווי ער איז מיט זיין גאנצן שטורעם מצד עצמו, איז מעלה עליו הכתוב כאילו ילדים. און מ'לערנט דאס אפ, און דאס איז געגעבן געווארן אין דעם חינוך על פי התורה, וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק אויף די שייכות גאר בעיקר איז גאר דוקא צו טף, וואס מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו איז דאך דאס אויב ווערט דאך לידע פארבונדן דוקא מיט טף, און אויך אין דערויף דער גאנצער שטורעם און דער חלק וואס האבן נשי ישראל, וויבאלד אז זיי זיינען דאך די נשים וואס האבן זכי וואס נטרי לבעלייהו און פארנעמען זיך מיטן חינוך פון די קינדער לתורה לתורה, ומבטלע בעליים, ביז וואנענט זיי קומען מפית המדרש וכו כמדובר בארוכה אין די שיחות פון נשיא דורנו, איז דאך פארשטאנדיק דא אויך דער השטארקער הדגשה, ובפרט אין שנת הקהל, האנשים והנשים והטף, וואס די אלע דריי פאראיינציקן זיך צוזאמען אין דעם ענין התורה, כאמור לעיל, די אנשים בפשטות, און די נשים לשמוע אין הקהל, און דערנאך במשך כל השנים כולם די ענינים האמורים, וואס נתרא לבעלייה און זיי זיינען מחי נך די קינדער, און מ'ווארט ביז וואנענט זיי קומען פון די בית-המדרש וכו'וכו.' און דאס קומט אראפ אויך ליטן שכר למבואיהם, נוסף אויף דעם שכר וואס זיי האבן מצד עצמם.

9וואס יש לקשר זה, אויך נוסף אויף דעם כללות הקשר מיטן ענין פון תורה און מתן תורה, ובמילא מיט מתן תורה, וואס דאס איז דאך די הדגשה הויבט זיך אן אין דעם פון ראש-חודש, און נאכמערער בשעת ס'קומט אין ימי הגבלה, הגביל את האר וקידשתו וואס דאס ווערט דאך די הכנה קרובה יותר צו דעם ענין פון מתן תורה און קבלת התורה איז דאך פארשטאנדיק אויך דער ענין ווי אזוי דאס איז אויך פארבונדן אזוי יעדער איד, ווי איז דא אויף דערויף דער פסק-דין הידוע, אז לא שבט לוי בלבד, נאר כל איש ואיש אשר נדבה לבו, ווי דער רמב'ם איז דארטן מאריך, איז ניט נאר אז ער ווערט ווי שבט לוי, וד לוי עצמו ווערט ער ווי קודש הקדשים, וואס דאס איז דאך דער תואר און דער ענין פון דעם כהן גדול, כידוע דער אפטייטש בהנוגע צו מתן תורה, ואתם תגלי ממלכת כהנים וגוי קדוש טייטשט דאך אפ תורה שלעל-פה פירושו פון דעם פסוק, אז דאס מיינט מיט די דרגא פון כהן גדול. וואס דאס איז אויך דער קשר מיט דעם פתגם און די הוראה פון נשיא דורנו וואס איז אויך אפגעדרוקט בקשר מיט ראש-חודש סיון, וואס דעמאלט איז דאך געווען דער ויחן שם ישראל לשון יחיד, און דאס האט גלייך גע'פועל'ט, אז מצידה איז שוין געווען ראוי אז ס'זאל מקבל זיין די תורה, ביז וואנענט אז דער אויבערשטער האט דאס געזאגט בגלוי, און האט דאס אריינגעשטעלט בגלוי אין תורה שבעל פה, אז וויבאלד אז ויחן לשון יחן

10אגד אביכון שם ישראל לשון יחיד, זיינען זיי שוין ראוי אז איצטער זאל מען זיי געבן תורה, און דערנאך הימים האלה נזכרים ונעשים מידי שנה בשנה, אנהויבנדיק פון ראש-חודש, סיון, על אחת כמה וכמה אז ס'קומט נאך דערנאך די התחלה פון ימי הגבלה, ובמיוחד בקביעות פון שנה זו, אז די התחלה הויבט זיך אן איז ניט סתם אין מעלי שבתא, נאר אין די דריי טעג אין וועלכע דער דריטער טאג איז שבת אליין, דאנערשטיק און דערנאך קומט פרייטיק, און דערנאך שבת, כמדובר כמה פעמים. איז דא אט דער פתגם די הוראה, וואס כאמור איז דאך אפגעדרוקט בימי פון נשיא דורנו, וואס ער האט דאס דעמאלט געהייסן אפדרוקן און מפיץ זיין מיטן גאנצן שטורעם שבדבר, ווי מ'האט געזען דאך דערנאך אויך די הצלחה פון די פתגמים און די הוראות שבזה, וואס דארט שטייט דער פתגם, וואס דאס איז אויך א הוראה בקשר צו ראש-חודש סיון, אז תורה זאגט אז ריק חוטבי לאוירא אעיקרא קאין און ער טייטשט דאס אפ, אז דאס גייט בפרט אויף חסידים, איז דא דער ריק חוטרא לאוירא איז אט דעמאלט ווערט בא זיי נתעורר, עד כדי כך, אז זיי שטעלן זיך אוועק אן עיקרא, וואס דער עיקר זייערער איז דאך אט דאס וואס זיי לערנען חסידות און זיי זיינען מתנהג על פי הנהגות פון תורת החסידות, און הולכים בדרכיו אשר הורנו ונלכה מאיר חוסיו פון נשיאי חסידות בכלל, במיוחד פון נשיאי חסידות חב ד, וואס דארטן ווערט דאס אין אן אופן פון התפנס ומיני.' וואס דאס האט זיך דאך אפגעדרוקט מיט פינף און פערציק יאר צוריק, וואס פאר די פינף און פערציק יאר וואס א טייל פון זיי איז געווען בחיי חיותו בעלמא דין, איז דאך געווען דער גאנצער שטורעם פון הפצת המעיינות חוצה, ביז וואנענט ווי איז אין א חוצה שאין חוצה הימנו, איז דאך פארשטאנדיק

11וויפל מ'האט אויפגעטאן בשעת חיים חיותו בעלמא דין פאר די עטלעכע יארן, על אחת כמה וכמה לאחרי ההסתלקות, וואס בהסתלקות פון א צדיק שטייט דאך, אז דאס איז בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו שכינתא וקודשא בריך הוא אסתלק יקרא דקודשא בריךא בכולהו עלמין און ווי ער טייטשט אפ אין דעם המשך פון א הילולא שלו קלייך בתחילתו, אז דא איז דער טייטש הסתלקא, אז ס'ווערט ביתר שאת וביתר עוז, ביז וואנענט אז דאס נעמט דורך בכולהו עלמין און ווי ער ברענגט דערנאך אין דעם המשך, אז מ'מאכט פון שקר פון עולם איז מאכט מען א קשר מיטן שקר פון עולם דורך שטותא דקדושה ווערט דערנאך דער צירור פון קרש, ביז וואנענט אז ס'ווערט וואס סיסק רשים למשכן, און דורך דערויף ווערט דער תכלית ושלימות הבריאה ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'האט דאס געזאגט, האט מען דאס געזאגט על דרך ווי מ'האט געזאגט בנוגע צום לימוד פון פנימיות התורה, דאס איז מערניט ווי פאר יחידי סגולה, און ערשט ווען ס'איז דער זמן האריז ל, למצוה לגלות זאת החכמה און דערנאך נאך פעטערבורג איז געווארן דער שטור אז מ'זאל מפיץ זיין די מעיינות חוצה, על אחת כמה וכמה בנוגע צו אן נשים ונשים וטף אין וועלכע מ'האט אנגעהויבן טאן אין הקהל, אין די שמיטות שלפני זה, אין די פינף און פערציק יאר, און דערנאך האט מען מוסיף געווען מי שמיטה לשמיטה, ביז אויך משנה לשנה, איז דאך פארשטאנדיק, אז לאחרי דעם ריבוי פעולות בזה, איז על דרך ווי ס'איז געווארן, אנשטאט פון מערניט ווי א יחידי סגולה, און מערניט ווי ביחיד, און מערניט ווי ברמז, און מערניט ווי בראשי פרקים, איז בזמן האריזל האט זיך שוין אנגעהויבן א מצוה לגלות זאת החכמה, און לאחרי פעטערבורג, לויט די נשיכה הידועה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, וואס נשיא דורינו וועט זיך זיין ממלאי מקום, האט זיך אנגעהויבן דער שטורעמדיקער הפצת המעיינות חוצה

12איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'גייט דורך פון דעמאלט אן א ריבוי שנים, און די ריבוי שנים האט מען, ווי נשיא דורנו שטייט אין אן אופן ווען אסתלק למעלה, וואס דעמאלט איז לא עזוב חס ושלום צום מאריתא, נאר אדרבא ביתר שאת וביתר עוז, בדוגמא ווי אין יום ההילולא שלו איז כל פעולתו און כל עבודתו, אלע ענינים וואס ער האט געטאן איז פועל ישועות בקרב הארץ איז דאך פארשטאנדיק, אז אין יעדער עשירי בשבט ווערט דער פועל ישועות בקרב הארץ ישועות לשון רבים, על אחת כמה וכמה אין אט דעם ענין וואס ער האט זיך אין דערויף איבערגעגעבן און מדיד געווען, און געזאגט, אז איצטער, בזמן זה ולאחרי זה, איז די שטורעמדיקע צייט פון הפצת המעיינות חוצה, איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס וואס ס'שטייט אין פשוטו של מקרא בהנוגע צו שבט לוי, איז אין דערויף שוין על דרך זה בהנוגע צו מצוה לגלות זאת החכמה, צו יחידי סגולה, און דערנאך צו הלוך והוסיף ואור, איז שוין געווארן בא יעדער אידן בגלוי ובהפצה, ביז בקרב הארץ שטייט ביי אים אויך, אט דאס וואס ער קען זיין א לוי, איז ער שוין געווארן א לוי, נאך אין שנים שלפני זה, על אחת כמה וכמה אין שנת תסמח ותסמח, על אחת כמה וכמה אז דאס קומט צוזאמען מיט שנת הכל, האנשים והנשים והטף, ועל אחת כמה וכמה אז מ'שטייט תוקף ממש, לקבל פני משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך נתגלה ווערן די מעלה פון יעדער אידן, בדוגמא וואס לא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז מגלה בא יעדער אידן זיינע מעלות אין א שטורעמדיקן אופן, און אויך די שטורעמדיקע מעלות, ביז די מעלה פון אתם תהלים, ממלכת כהנים וגוי קדוש. וואס דאס איז אויך דערפון אויך פארשטאנדיק, אז דער פתגם וואס אין שנת תשמ י'ג'האט זיך דאס אפגעדרוקט מיט דער גאנצער אריכות הביאור ווי אזוי דאס איז פארבונדן מיט חסידים וואס הולכים ועקבות

13נשיאי חב אד, און מ'לערנט תורתם באופן דמוסיף והולך ואוד, וביחד עם זה האט זיך שוין דעמאלט אנגעהויבן דער שטורעם, נוסף אויף דעם שטורעם שלפני זה, וועגן הפצת המעיינות חוצה איז דאך פארשטאנדיק, אז בדוגמא ווי מ'זאגט, ווי דער רמב״ם פסק'לט אז יעדער איד קען ווערן ווי א כהן גדול, ווי קודש הקדשים, און צוזאמען מיטן פסק דין, אז יעדער איד וויל מקיים זיין, ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב בגלוי ובחיצוניות, ממלא זיין דעם רצון הבורא, דעם רצון פון דעם אויבערשטן בתורתו, וואס זי איז חכמתו ורצונו של הקב'ה, איז דאך א זיכערע זאך, אז לאחרי פון דעם ריבוי עבודה ופעולות אין דעם ענין פון הפצת המעיינות חוצה, לויט דעם ביאור ווי דאס שטייט אין חסידות חב אד, איז אט דאס וואס ס'שטייט אין דעם פתגם, אז זרוק חוטרא לאוירא איז אן עיקרי קאי אז ס'ווערט אין אים נתגלה דער עיקר זיינער, און ס'ווערט אין דעם עיקר ווערט ביי אים דער קאי אז ער שטייט, און מיט א תוקף און מיט א מדה כל משך ימי חייו, אף על פי וואס ס'איז געטווער ביז וואנענט ס'איז געווארן דער זרוק חוטרא לאוירא נאך דערויף אבער ווי דאס איז געווארן, האט מען שוין די הבטחה, קן תורת אמת, אז ער שטעלט זיך אוועק אן עיקרו. וכמוסקר, אין דעם פתגם ווי ס'איז אפגעדרוקט מיט דיוקרי הלשונות, תן לו חכם ויחכם הוא, דיוקרי הלשונות בזה, איז א זיכערע זאך אויף אט דער צייט האט דאס א שייכות, און ניט סתם א שייכות, נאר דאס ווערט א הוראה צוזאמען מיט א נתינת-כח, וואס מ'האט דאס שוין אויסגענוצט און זיכער געטאן אין דעם כיוון אין די שנים שלפני זה, ובתחילת שנה זו, על אחת כמה וכמה אז מ'שטייט אין חודש לאחרי ראש-חודש סיון, וואס אט דעמאלט איז דאך כאיש אחד בלב אחד איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת אידן געפינען זיך אין אזא מין מעמד ומצב איז דער כאיש אחד בלב אחד איז דאס בא קיינעם ניט גורע. וואס מ'קען דאך ניט זאגן, אז די מעלה וואס איז געווארן כאיש אחד בלב אחד האט אים אראפגעבראכט

14נידעריקער פון דער דרגא ווי ער איז געווען לפני זה, מוז מען דאך זאגן, אז כאיש אחד בלב אחד איז דאס כדרגא הכי עליונה פון אט די אלע וואס זיי זיינען געווארן כאיש אחד בלב אחד, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז גלייך דעמאלט האט דער אויבערשטער מגלה געווען, און ס'איז געבליבן א גילוי מידי שנה בשנה בימים אלו, אז איצטער זיינען ראש חודש ציון, זיינען אידן, מצידם שוין א כלי מוכן און א כלי טהורה און א כלי קדושה, מיט אלע מעלות שבדבר, אויף מקבל-זיין חכמתו ורצונו של הקדוש ברוך הוא, ואדרבא מקבל-איר זיין ווי זי קומט אראפ אין פרטי פרטים, ביז אין דיו כתובה על הקלף, און דערנאך אויך אין פירושו אין תורה שבעל-פה, וואס חביבין דברי סופרים צוזאמען מיט חמורין דברי סופרים, האט מען אין דערויף דעם גאנצן חומריות אין אן אופן ווי חומריות שטייט אין תורה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז שייך שבזה מיט דער תורה פון בעל שם טוב, כסירא חמוב איז ניט ווי ס'ווייזט זיך אויס אז דאס איז שונאך נאר ס'ווערט גלייך עזוב תעזוב עמו כפירוש, ווי נשיא דורנו האט אויך געהייסן אריינגעשטעלט די ימיו און געהייסן דאס מפרסם זיין בפרטי הדיוק פון די לשונות ווי אזוי דאס איז פארבונדן מיט א צווייטער תורה פון בעל שם טוב, אז כי אתם תהיו לי ארץ חפץ אז דאס גייט אויף יעדער אידן, ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב בעבר, איז איצטער שטייט מען דאך אין דעם זמן וואס ס'איז שוין בסיום, וקרוב לסופו ממש, פון די עבודה פון ספירת העומר, וואס מ'האט מוסיף געווען שפע רב בכל העולמות במשך פון פערציק זיבן טעג, על אחת כמה וכמה אז מ'איז שוין בטוח אז ס'וועט זיין די שבע שבתות מימות תהיינו אויף מסיים-זיין, בפרט נאך אז מ'האט שוין דאס אלץ געהאט אין טאג פון ל'בעומר, כןזכר לעיל. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בפשטות, אז די אלע פירושים און די אלע ענינים, און ניט נאר די רמזים, על אחת כמה וכמה ווי ס'שטייט בפשטות,

15ווייס איצטער יעדער איד, אז מ'האט אים שוין אויפגעהויבן פון גשמיות העולם והארץ בפשטות, און מ'האט אים בכח עליון על ידי נשיאי דורנו האט מען מיט אים געמאכט רוך חוטר לאוירן וואס אויר איז דאך ווי ער טייטשט אפ אין תורה אור דער ענין פון ספירת הכתר, וואס דערפאר ווערט דורך דערויף נמשך דער קיום און די מציאות און דעם קיום פון אור, וואס ער האט אין זיך נאך א יויד נוסף בזה האט מען יעדער אידן אויפגעטאן דעם זרוק חוטא לאוירא בעבר, במילא איז חוטא לאוירא איז א זיכערע זאך, אז ס'איז אויך נתקיים געווארן אן עיקרי קאי. ובפרט אז מ'איז זיך מסיים, און מ'וויל האבן אויך אז ס'זאל זיין אין דערויף א השתתפות במעשה ידיך, במעשה בפועל, און א שתצפת אויך על כל פנים פון אצבע קטנה שלו, וואס דערפאר איז דאך אויך כרגיל איז מען מסיים מיט מאכן פון אנשים ונשים וטף א שליחות של מצוה אין די מצוה הצדקה, וואס כמדובר אין דעם מאמר וואס זיכער האט מען אים געלערנט, און מ'וועט אים ממשיך זיין צו לערנען בחודש השלישי לצאת ישראל בארץ מצרים בא ומדבר עיר ביום הזה בא מדבר סיני אז דאס גייט אויף ראש-חודש, און מ'וועט דאס לערנען אויך ווייטער, והלבי די נפשי, און דער עיקר המעשה הוא העיקר, האט מען דאך אויך ווי ער טייטשט דארטן אפ דער ענין פון צדקה, אז דאס איז כולל די אלע ג'קוין, תורה עבודה און גמילות חסדים, און דאס ברענגט גלייך אראפ ווי צדקה עשה הקב'ה שפיזרן בין האומות, איז דאך א זיכערע זאך אז ער איז מקיים, ואלקיכם כהנו, מיט א זריזת הכי גדולה די צדקה וואס אתם תלוקטו לאחד אחד בית ישראל, און ס'ווערט דער בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ווערט דאך דעם הקהל אן איין און איינציקער קול, און דער קול שטייט אין א מעמד ומצב פון גדון, און עם ענני שמיא געפינט מען זיך גלייך אין ארצנו הקדושה אין אן אופן

16פון ירחיב הוי'את גבולך עשר אומין, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין הר הבית, וואס דארט איז געווען די לשכת הגזית, דער ענין פון תורה בשלימותה, און דארטן גופא ביז אין קודש הקדשים, צוזאמען ווי מ'האט דארטן דעם ארון הברית און מיט די לוחות הברית, מיט אותיות החקיקה. ובמהרה בימינו ממש, וויבאלד אז צדקה איז דאך מזרזת את הגאולה און קרבת את הגאולה, נוסף אויף דעם ענין וואס זי איז כולל אין זיך, כאמור אין דעם דרוש תורה עבודה וגמילות חסדים, בדוגמא פון די התכללות פון אלע אידן, ויחן שם ישראל נגד אהר, און מ'האט גלייך דעם גילוי פון שבעתן של ישראל, וואס דאס איז דאך דער כללות ענין פון פרשה המדבר אויף מגלה זיין חיבשים של ישראל פון אלע אידן, על אחת כמה וכמה ווי כמודגש אין דעם חלק פון דער נאכט, פון תחילת רביעי ביז סיום פון חמישי, ווי יעדער אידן ווערט נתגלה ווי אזוי ער איז ווי אין שבט לוי, אין לגיונות של מלך מיטן גאנצן שטורעם שבדבר, און ווי ער שטייט דוקא אורץ בקלים וביחד עם זה, אורות דתוהו, ווי זיי שטייען אין כלים דתיקון, האבן זיי דאך ביידע ריבויים, סיי מצד האורות און סיי מצד הכלים, און ס'ווערט דער ריבוי גדול אויף והיו מספר בני ישראל, ביז אין אן אופן אשר לא יספר מוראה, ווי די הפטורה פון פרשה במדבר, ועוד והוא העיקר, אז דאס ווערט אלץ אויפגעטאן, זייענדיק נאך אין גלות און נאך זייענדיק נאך אין זמן הגלות, וואס דאס היילט נאכמערער צו דעם לא עיקבא מאפילו כהרף עין און ס'קומט תיכף ומיד, דורך האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions