English
ספרייה
kind
paragraph
order
sq
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
צוגעבן לעבעדיקייט אין די הכנות צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות בחג השבועות, און פאר דערויף צורצינדן די שבת'דיקע ליכט ערשט שבועות בשמחה ובטוב לבב, אין אן אופן אז ס'מאכט נאכמערער ליכטיקער די גאנצע הויז און די אלע זאכן וואס געפינען זיך אין הויז, ביז וואנענט ווי דערמאנט פריער אז ס'ווערט ושבתה הארץ אן אמת'דיקער שבת'דיקער לעבן, אן אמת'ע שבת'דיקע הויז, ביז וואנענט אז אפילו אין די טעג וואס מ'גרייט זיך צום שבת און יום-טוב, פילט זיך שוין די רואיקייט און די פריילעכקייט פון דעם שבת אין יום-טוב אין די טעג וואס לפני זה. און ויהי רצון אויף און רעדן אין די אלע זאכן זאל זיין בקרוב ממש, ווי דערמאנט פריער דעם לשון פון דעם פסוק וואס מ'האט געלייענט אין שבת נעכטן אינדערפרי, אבער דאס וויגט דערנאך מתברכין כולי יומי און זיכער נאך אין דעם טאג גלייך נאך שבת, אז בפועל ממש, ובקרוב ממש, ווערט מקויים בפשטות, אז כסבוהו אל הארץ אז יעדערער פון אייך, און יעדערער פון אונז, און יעדערער פון דעם אידישן פאלק, ואנשים והטף גייען זיי גלייך אריין אין ארץ הקודש, ווי דערמאנט פריער, באקומען דארטן און האבן דארטן, בשבתא הארץ א רואיקע קבלת פנים, און א פריילעכע קבלת פנים, און א קבלת פנים, אן קיינע דאגות, נאר-כל מלאכתך עשוי'ואין עצב בה, אין אן אופן פון אמת'ע חיות און אמת'ע לעבעדיקייט און אמת'ע אידישקייט, אנהויבנדיק שוין אין די אלע זאכן נאך זייענדיק אין גלות.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים