Paragraph
Paragraph rh-n9gjffk1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-fxcqn1e7
- order
- 6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שוין גערעדט במשך פון דעם יאר כמה פעמים, אז דאס איז א יאר וואס אידן האט ראשי תיבות געגעבן תהי שנת נפלאות אראנו על הסדר, וואס אט דעמאלט איז דאס דער דיוק אז דער אראנו קומט צום סוף, אז נאך דערויף ווי ס'איז דא דער ענין פון נפלאות איז קען דאך זיין אז אין בעל הנס מכיר בניסו במילא קען דאס אזוי אויך זיין בנוגע צו נפלאות, דאס איז דאך אויך א דא בדאי נס, נאר מערער פון נס, איז נוסף דער ראשי-תיבור, אז דאס איז אן ענין פון אראנו, במילא איז ניט שייך די גאנצע מציאות פון אין בעל הנס מכיר בנס וויבאלד אז דער אויבערשטער אליין איט זיך אפ און פארנעמט זיך אויף באווייזן אים, ביידע זאכן, איז ס'איז א זיכערע זאך אז מ'באווייזט א דבר אמיתי אט דאס וואס מ'באווייזט, אז די צווייטע זאך איז, אז מ'באווייזט דאס בתח וית השלימות, וויבאלד אז דער אראנו גייט אויפן אויבערשטן, און נאך מער, איז דאס גייט ניט ווי ס'שטייט, אז דער אויבערשטער ווערט אמאל דערמאנט אין א לשון פון נוכח, נאר אראנו ווי דער אויבערשטער ווערט דערמאנט
- proofread
- 0