עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-n8m8sexc

kind
paragraph
order
1V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'איז דאך ווי איינגעפירט דער מנהג אין אזעלכע צוזאמענקונפטן, אז איידער מ'פארט זיך פאנאנדער נאך א משך זמן וואס מ'איז געווען צוזאמען, און געווען צוזאמען בנוגע צו לימוד התורה און צו עבודת התפילה, און אויך צו מעשים טובים און החלטות וועגן מעשים טובים איז כדי נאך מער פארקלענערן די קא סלקא דעתך, אז דער פאנאנדערפארן האט עפעס וואס א שייכות צו פאנאנדערפארן זיך, דערווייטערן זיך, חס ושלום, איינער פון דעם צווייטן, איז דערפאר טוט מען אן ענין הפכי פון פאנאנדערגיין זיך, און מ'נוצט אויס דוקא בסמיכות צו דעם פאנאנדערפארן זיך בגשמיות אויף טרעפן זיך נאכאמאל צוזאמען, און דוקא ברוב עם האנשים והנשים והטף, און ווי ס'איז איינגעפירט געווארן דוקא טרעפן זיך אין א מקום קדוש, אין א בית הכנסת, און מ'דאוונט אלע צוזאמען צו דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער באשעפער פון דער גאנצער וועלט, און אלקי ישראל,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions