עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-n7dvhjas

kind
paragraph
order
6W
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זו אויך בנוגע צו הקרבת הקרבנות, איז דאך אף על פי וואס ספר הקרבנות איז דאך גאר ספר ויקרא זעט מען דאך בפועל ובגלוי, אז די קרבנות, במיוחד די קרבנות פארבונדן מיט ימים טובים, וואס זיי זיינען דאך ביתר שאת וביתר עוז, איז דאס דוקא אין פרשה פינחס, ביז וואנענט אז ס'איז דאך דא אזעלכע קרבנות וואס זיי ווערן דערמאנט מערניט ווי אין פרשה פינחס, משא נכן ניט אין פרשה אמור. אף על פי וואס ס'איז דאך אויך דא קרבנות וואס ווערן דערמאנט אין אמור פון מועדים און ניט דערמאנט אין פרשה פינחס, איז דאך דאס ווייניקער ווי די קרבנות וואס אין דעם צד השני, כמוזכר לעיל. וואס דער ענין הקרבן באווייזט דאך דאס, ווי חסידות ברענגט אראפ בכמה מקומות, אנהויבנדיק פון לקוטי תורה אין ספר ויקרא גלייך בתחילתו, און אויך ידוע די תורה פון דעם אלטן רבי'ן, פון אדם כי יקריב איז מכם קרבן להוי און מיטן דיוק וואס ס'שטייט דער מכם גלייך אין תחי אין בוראשית הכתוב, אף על פי וואס לכאורה על פי פשוטו של מקרא האט דאס געדארפט שטיין שפעטער, וכמדובר כמה פעמים, בפרט נאך אז די תורת דעם אלטן רבי'ן אויף דעם פסוק איז דאך שוין אויך
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions