transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ווי מ'האט זיך שוין גערעדט אין די טעג פאר דעם, איז היינט איז דאס קיימא סיהרא באשלמותא פון גאנץ חודש תמוז איז דאך חמשה עשר בתמוז, ובפרט אז מ'האט שוין דורכגעגאנגען די אלע שעות היום מיט אלע פרטים וואס ס'איז דאך דא אין יעדער מעת-לעת, און ס'וויידט זיך דאך די צירופות שמות, ווי אראפגעבראכט אויך אין תניא, וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, בנוגע צו די פעולה בעולם איז דאך פארבונדן מיט די צורופי שמות, וויבאלד אז מ'פארבינדט דאס מיטן זמן מסויים ביום מסויים, וכמדובר כמה פעמים בזה, און קומט דאך אויך צו אט דער ענין וואס דאס איז קיימא סיהרא באשלמותא פון חודש תמוז בשנה זו, קומט דאך אויס אין יום השלישי פרשה פינחס, וואס העולם השלישי איז דאך אויך די גאנצע פרשה איז דאך דער ענין אין נתן לו את בריתית שלום, ועד כדי כך, אז דאס איז דאך דער פרשה וואס ס'איז דא די ביידע ענינים וואס באווייזן אויף חביבות פון אידן, סיי דער ענין פון מנין בני ישראל, ווי רש'איז מבאר דער ענין המנין, אז דאס איז מפני חביבותם ומונה אותם כל שעה על דרך
¶2זו אויך בנוגע צו הקרבת הקרבנות, איז דאך אף על פי וואס ספר הקרבנות איז דאך גאר ספר ויקרא זעט מען דאך בפועל ובגלוי, אז די קרבנות, במיוחד די קרבנות פארבונדן מיט ימים טובים, וואס זיי זיינען דאך ביתר שאת וביתר עוז, איז דאס דוקא אין פרשה פינחס, ביז וואנענט אז ס'איז דאך דא אזעלכע קרבנות וואס זיי ווערן דערמאנט מערניט ווי אין פרשה פינחס, משא נכן ניט אין פרשה אמור. אף על פי וואס ס'איז דאך אויך דא קרבנות וואס ווערן דערמאנט אין אמור פון מועדים און ניט דערמאנט אין פרשה פינחס, איז דאך דאס ווייניקער ווי די קרבנות וואס אין דעם צד השני, כמוזכר לעיל. וואס דער ענין הקרבן באווייזט דאך דאס, ווי חסידות ברענגט אראפ בכמה מקומות, אנהויבנדיק פון לקוטי תורה אין ספר ויקרא גלייך בתחילתו, און אויך ידוע די תורה פון דעם אלטן רבי'ן, פון אדם כי יקריב איז מכם קרבן להוי און מיטן דיוק וואס ס'שטייט דער מכם גלייך אין תחי אין בוראשית הכתוב, אף על פי וואס לכאורה על פי פשוטו של מקרא האט דאס געדארפט שטיין שפעטער, וכמדובר כמה פעמים, בפרט נאך אז די תורת דעם אלטן רבי'ן אויף דעם פסוק איז דאך שוין אויך
¶3געדרוקט, אלס תורה פון דעם אלטן רבי'ן, אין די שיחות פון קונטרסים פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער. און ס'קומט דאך אויך אויס וואס פינחס איז דאך פארבונדן בגימטריא יצחק, כמוזכר לעיל, וואס דאס איז דאך פארשטארקט נאכמערער די שייכות צו יום הגאולה, וואס דאס איז דאך דער גאנצער חודש וואס ס'האבן זיך חסיד'ן איבערגעמאכט, אז דער גאנצער חודש ווערט אנגערופן חודש הגאולה מצד י'ב'ס-י'ג'תמוז שבו, איז דאך דאס אויך פארבונדן מיט דער גאולה וואס בש שמי השני, ווי דאך אויך בגימטריא פינחס, וכמוזכו לעיל, בפרט אין די ימים הסמוכים לזה ממש. ובפרט אז מ'איז דאך אויך כרגיל וכגן זה מסיים מ'וועט מאכן יעדערן פון די נוכחין פה, סיי אנשים סיי נשים סיי טף, א שליחות אין אן ענין של צדקה, וואס צדקה האט דאך א שייכות מיוחדה מיטן ענין פון יצחק'ן ויזרא
¶4וארץ ההיא ואשנה ההיא מאה שערים ויברכי הוי'מאה שערים, וכמדובר ווי אראפגעבראכט פון מדרש, וואס דאס איז מצד דעם שיעור למעשה, דעם שיעור בנוגע צו צדקה. ואין יש להוסיף בזה, אז בנוגע צו פארברענגען געפינט מען דאך כמה ענינים וואס זיינען ברמז בתורה, ביז וואנענט אז ס'איז דא ענינים זיי זיינען בגלוי בתורה, אז מ'זאל געפינען א חסידישן פארברענגען אין תורה-שבכתב, בפרט בא די אבות, געפינט מען דאס ניט בהנוגע צו אברהם אבינו, וואס ביי אים איז געווען בכלל הכנסת אורחים איז ניט געווען קיין חילוק, ואדרבא דער עיקר איז גאר געווען בנוגע צו ערביים, על דרך זה בא יצחק'ן. וואו געפינט מען א חסידישן פארברענגען? געפינט מען דאס דוקא בנוגע צו יעקב אבינו, ווי דערמאנט בנוגע צו גלעד, וואס דאס איז פארבונדן מיט ל ג בעומר, וכמדובר כמה פעמים האט דעמאלט יעקב געמאכט א סעודה צוזאמען מיט זיינע קינדער, במילא איז דאך געווען דעמאלט א מנין, בפרט נאך אז מ'איז מצרף יעקב'ן אליין אויך, איז דאך א זיכערע זאך אז בשעת יעקב געפינט זיך, ומבטסי שלימה, מיט אלע זיינע קינדער,
¶5ישעת הסעודה איז דאך במכל-שכן וקל-וחומר, אז מה דאך ביי סתם אידן זאגט מען, אז אחד שיושב דארף זיין עוסק בתורה, על אחת כמה וכמה שנים שיושבים, ביז עשרה שיושבים, און דא איז געווען עשרה שיושבים צוזאמען, ובראשם, יעקב אבינו און ווי דערמאנט דאך אויך דער ענין פון ברוך שאין כביד מלכותי לעולם ועד ווי אזוי דאס איז פארבונדן, ווען אלע שבטים קומען זיך צוזאמען, ובראשם געפינט זיך יעקב אבינו. וואס לפני זה געפינט מען דאס א סיפור בפשטות, אין פשוטו של מקרא, וואס אפילו א בן חמש של מקרא פארשטייט דאס, אז בשעת דער פסוק דערציילט, אז ס'איז געקומען אויף דעם קבול צווישן חוץ-לארץ און ארץ-ישראל, און בא יעקב'ן איז דערנאך געווארן דער ויבא ויבאו מלאך אלקים ויקרא שמה מחנאים אז ער האט מחבר געווען די מלאכה פון חוץ-לארץ מיט די מלאכים פון ארץ-ישראל. על ידי פעולתו זיינען זיי געווארן צוזאמען אין איין מחנה, און נאר אין דער מחנה ווערט מרומז, אז דאס האט צוזאמענגעשטעלט מחנעים לשון רבים. און וואו ווערט דאס דערציילט? ווערט דאס דערציילט, כאמור, ניט ביי אברהם'ן און ניט ביי יצחק'ן, נאר דוקא ביי יעקב'ן, וואס דערפון איז דאך מעשה אבות אם לבנים און ווי מ'טייטשט ד
¶6אפ, אז דאס איז סימן לבנים איז דאס ניט נאר א סימן אז די זאך געפינט זיך, נאר דאס איז אזא מין סימן וואס ער טוט-אויף אז די זאך זאל זיך געפינען, כמדובר כמה פעמים, אז סימנים מן התורה איז דא אויף צוויי אופנים, אז ס'איז מערניט ווי א סימן אז דער ענין איז דא, אבער דער סימן אליין איז מערניט ווי א ראיה אויף דעם ענין, אבער ניט אז דאס טוט-אויף אין דער זאך, דערנא� על דרך פון די סימנים פארבונדן מיט כשרות האכילה ושתי איז דאך כמדובר ומבואר אין מפרשים, איז דאס אזוינע סימנים וואס זיי באווייזן אז דאס איז א בהמה כשרה און א חי'כשרה וכיוצא בזה, און מבואר אויך אין מפרשים, אז זיי טוען אויך אויף דער ענין הטהרה והכשרות, אז דאס איז אזא בשר וואס ס'איז ראוי אז פון אים זאל ווערן דם ובשר כבשרו פון מן המדבר, ביז פון אדם אתם אתם קרויים אדם וכו וואס אט דאס איז, כמדובר, געפינט מען אין דעם חסידישן פארברענגען בגלוי דוקא בנוגע צו יעקב אבינו, וואס ער איז דאך כולל אין זיך אלע אידן, און אין יעדער אידן, און אין יעדער אידן איז דא א ניצוצו של יעקב, ווי דער אלטער רבי איז מיוסד אויפן זייער אין אגרת הקודש שלו, אז
¶7יעדער איד איז כלל אין יעקב'ן, און אין יעדער אידן איז דא א ניצוץ פון יעקב'ן על דרך ווי מ'זאגט דאס בהנוגע צו דוד מלכא משיחא, וכמדובר כמה פעמים על דרך זה וכו'וכו.' און אט דאס איז דאך אויך וואס מ'שטייט אין יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, און אין דעם יום השלישי שהוכפל בו כי טוב האט מען אויך די הקטרת פון חלבים ואברים, וואס זיי זיינען דאך אף על פי וואס כהנים זריזים הם מאכט מען דאך אויך הקטרת חלבים ואברים בשעות הלילה שאחרי יום השלישי, דוקא אין דעם לילה ווי בדוגמא ווי דער לילה איצטער, וכמדובר כמה פעמים בזה, מיט די אלע רמזים בזה וכו'וכו.' וואס דאס איז אויך לאחרי דארף דערמאנען נאכאמאל וועגן דער חוט המשולש פון די ג'ימים פון ראשית חג הגאולה, בעיקר חג הגאולה, וואס איז געווען י'ג'תמוז, ווי סיומו איז פארבונדן מיט קיימא סיהרא באשלמותא פון די אלע ענינים פון חודש תמוז, על אחת כמה וכמה באשלמותא
¶8פון ימי הגאולה פון חודש תמוז שטייען זיי דאך שיכער באשלמותא אין אן אופן פון קיימא באשלמותא אז ס'איז ניט סתם א שלימות, נאר א שלימות פארבונדן אויך מיט אן ענין פון קיום, ביז א קיום נצחי, וואס אט דאס איז דוקא ביום החמשה עשר, און דוקא ווען מ'האלט שוין נאך תפילת ערבית, וואס דאס איז דאך בדוגמא ומרמז אויף אגטרת חלבים ואברים פון די יום שלפני זה, אבער ווען איז מען דאס מקריב על המזבח? איז דאס דוקא אין די שעות הלילה שלאחרי זה, וואס דאס איז דאך די איצטערדיקע שעות. וואס דערפאר איז כאן המקום לזרז נאכאמאל בהנוגע צו מוסיף-זיין אין לימוד תורה פון דעם בעל הגאולה, כמוזכר לעיל, ובפרט אין די פארברענגען פון שבת דמיני'מות ברכין, און ס'ווערט נמשך די ביאורים שבשבת, בפרט ביאורים אין תורה וואס לכולי עלמא בשבת ניתנה תורה ווערט דאס נמשך אין די ימים שלאחרי זה, על אחת כמה וכמה אין דער יום שלישי שלאחרי זה, וואס דאס איז דאך הוכפל בו כי טוב, כולל אין זיך צוויי מעתלעת, און דערנאך אויך אין יום שלישי עצמו אין די שעות וואס קומען לאחרי שעות וואס זיי זיינען בדיוק פון יום השלישי, וואס דאס איז דאך די שעות פון די איצטעדיקע
¶9פון די איצטיקע שעות ממש לאחרי תפילת ערבית. וואס דערפאר איז כאן המקום נאכאמאל להזכיר בהנוגע צו הוספה, ווי מרומז אין דעם נאמען פון יוסף בתורתי פון נשיא דורנו, וואס דאס איז דאך א חלק פון זיין נאמען, א הוספה אין לימוד התורה דוקא בשמחה ובטוב לבב, אויך אין דער הוספה, ביז וואנענט אז דאס ווערט א שמחה בגלוי, וואס דאס איז דאך צווייטער האלב פון דעם נאמען, וואס דאס איז דער ענין פון כל השומע יצחק לי מיטן דיוק בזה, אז ס'איז ניט נאר הרואה אפילו שומע, און ניט סתם שומע, נאר כל השומע אין וואס פאר א דרגא ס'זאל ניט זיין, און בפרט נאך אז דאס פארבינדט מען דאך, כמוזכר לעיל, אויך מיט גאולה העתידה לבוא, נוסף אויף הוספה אין לימוד התורה, ומתוך שמחה, פון בעל הגאולה, וואס היינט, כאמור, איז דאך אשלמותא פון ימי הגאולה שלו.
¶10און אויך דערמאנען יעדערער אין זיך און ארום זיך, אז וויבאלד אז מ'האט דאך די הבטחה, אז דער דער מעשינו ועבודתינו איז אט דעמאלט איז מען מכריע דעם קף השקול אז ס'זאל ווערן ומביא ישועה והצלה איז נאך געבליבן אנדערהאלבנות לעת אויף מהפך זיין אויך דעם יום השבעה עשר, וואס ער איז דאך בגימטריא טוב אז ס'זאל זיין טובה הנראה והנגלה אין חודש תמוז זה, עצמו, אנשטאט וואס ס'זאל זיין יהפה דער פריערדיקער טיטול וואס ס'שטייט טאקע אין תורה-שבכתב, מ'האט דאך אבער אויך די הבטחה אין תורה בעל פה, אז ואחכה לו בכל יום שיבוא, וואס אט דעמאלט איז יהפכו בשנה זו עצמה, און נאך בשנה זו עצמה, קודם דעם טוב וואס ער איז די גימטריא טוב שבעה עשר בתמוז, שוין אין דעם יום ששה עשר בו, איז דאך דער מחבר צווישן קיימא סיהרא באשלמותא מיט דעם יום טוב, ווי גימטריא טוב, דער זיבעצנטער טאג פון חודש תמוז, אז ס'זאל זיין בשנה זו תשמוד תיידך, במילא וועט מען האבן די גאולה האמיתית והשלימה נאך אין יום ששה עשר ובתחילתו ומה טוב בלילה פון התחלה פון ששה עשר,
¶11און דערנאך הלוך והוסיף ואור בשעת ס'וועט צוקומען אין דעם טאג פון ששה עשר עצמו, וועט אויך צוקומען דער ענין וואס איז מרומז אויך אין ששה עשר, כמובא אין ספרים, אז דער שם הוי'באשטייט דאך פון צוויי כהן און א יו'ד און א וו אס דאס איז דאך ווי ס'ווערט דאך מבואר אין חסידות בארוכה, זיינען אין אן אופן פון נקבה, וואס דאס איז דאך עד לשון חלישות, משא נכן דער יו ד און ווייזט דאס, אז ס'איז דוקא בתוקף, ביז וואנענט אז ס'ווערט אין דעם תוקף פון א זכר, וואס ער איז דאך דרכי לכבוש ומצובו לכבוש, כמדובר כמה פעמים, זאל מען שוין כובש זיין אין יום ששה עשר, וואס דעמאלט האט מען דאך סיי דעם יו ד און סיי דעם וו בגלוי
¶12ביז מראה באצבעי'ן זאגט, אז ער האט געציילט די טעג פון ראש-חודש ביז די היינטיקע נאכט, האט ער די נאכט און דעם מעת-לעת פון ששה עשר, וואס דאס באווייזט, אז זכר דרכו לכבוש, און ס'זאל זיין על דרך ווי מ'זאגט, אז לעתיד לבוא וועט זיין א שיר חדש לשון זכר, דערפאר וואס ס'וועט ניט זיין דערנאך איין אחריו גלות כלל וכלל, במילא איז דאס חדש לשון זכר, אזוי אויך זאל יעדער איד און אלע אידן האבן נאך אין די לעצטע מינוטן פון גלות, וועלן האבן גלייך די טוב הנראה והנגלה, בתוקף הכי גדול סיי אין נורח און סיי אין רוחב און סיי אין נומק, כמדובר כמה פעמים, ביז ובעיקר אין דער גאולה האמיתית והשלימה, כמוזכר כמה פעמים. בפרט נאך אז מ'איז דאך זיכער שמחהלט געווען די החלטות טובות אויף די ג'שבועות וואס יהפכו בשנה זו למועדים ולימים טובים, להאמת והשלום אהבו, איז דאך דאס א זיכערע זאך אז דאס איז נאכמער מוסיף זיין אין די קביעות-עיתים אין הלכות בית הבחירה, בפרט נאך אז דעמאלט וועט מען דאך האבן נאך א הוספה אין אופן הלימוד, אז בשעת ס'איז דאך דא
¶13כמה ענינים וואס בשעת מ'לערנט מסכתא מדות, אדער אפילו אז מ'לערנט דאס אין רמב", בלייבן דאך כמה ענינים בספק, וואס דערפאר דארף מען דאך אפלערנען פון דעם בנין יחזקאל, און אויך דארט איז געבליבן כמה ענינים בספק, וויבאלד אז מ'האט דעם בית המקדש השלישי אין אן אופן וואס מראה באזבאי ואומר זה פארשפארט מען, זיצן אין ספק, נאר בשעת מ'האט דעם פלפול חברים און ס'ו המקדש השלישי, גייט מען אוועק ביידע צוזאמען אין בית המקדש, וואס ער איז שוין דא אין אן אופן פון מראה באצבעו ואומר זה, און מ'גיט א קוק ווי די זאך שטייט בפשטות, און אויב ס'דארף אפמעסטן מעסט מען דאס דעמאלט אפ, על דרך ווי געזאגט אין יבואת יחזקאל וכו'וכו. וואס דאס איז אויך אויך די געלעגנהייט אויף נאכאמאל דערמאנען, אז וועגן די קביעות עיתים אין לימוד פארבונדן מיט בנין בית-המקדש, סיי אין תורה-שבכתב אין נבואת יחזקאל, אין בית-המקדש ווי ער ווערט נטואר אין יחזקאל, וואס דאס איז דאך אויך נכלל אין ואת לו מקדש ושכנתי בתוכם ווי דער רמב'ם פסק'נט אפ אין התחלות פון הלכות בית הבחירה, און דערנאך אויך ווי זיי שטייען אין תורה שבעל-פה, אנהויבנדיק פון דבר המשנה אין לשון סך
¶14וברורה מסכתא מדות ומקצתן מסכתא תמיד, מיט הוספה בזה אין די סוגיות אין שס וואו ס'ווערט געבראכט כמה משנות פון מסכתא מדות, און ווי ס'איז אויך מפלפל שקלא וטריא פון גמרא בזה, און על אחת כמה וכמה ווי מ'האט אויך געווען צו יפוצו מעיניותיך חוצה האט מען דאך א ביאור אויף כמה ענינים פון בנית בית המקדש, ניט נאר ווי דער ביאור שטייט אין עם רמת ספר אין תורת העולם, וואס דארט איז דאך מער על דרך החקירה וקודמה לזה, משא'כ דא האט מען אויך, ובפרט אין תורה פון דעם צמח צדק, וואס השנה איז דאך שנת מסיים להסתלקות שלו, האט מען דאך כמה ביאורים אין תורתו, אויך ווי זיין תורה בכלל איז דאך מחבר נגלה און חסידות צוזאמען, וואס דאס איז דאך אויך בדוגמא פון שנת העיבור, וואס אויך מ'איז חבא ביידע ענינים, סיי פון שמש און סיי פון לבנה, כמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז דאך אויך פון די טעמים וואס זי ווערט אויך בפנימיות ובתורה אנגערופן שנה תמימה, כמוזכר כמה פעמים,
¶15און כמדובר איז דאך אויך נתגלה געווארן אין צמר צדק דרושים דוקא בדורנו זה כמה דרושים אין זיי אויך די ביאורים אויף די פסוקים אין יחזקאל, און אויך אויף די אביסל אויך אויף די משנות אין מדות וכיוצא בזה. ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל מוסיף זיין אין לימוד התורה בפשטות, סיי בכמה סיי באיכות, ובמיוחד אין די ענינים פארבונדן מיט בית הבחירה, כמוזכר לעיל. מוסיף זיין לימוד המביא לידי מעשה אין דער ואתו למקדש ושכנתי בתוכם מאכן פון יעדער אידישע הויז אן ענין של בנין, ביז א בנין חדש, אז ער מאכט אים איבער אז ס'זאל זיין אין אים נגלה, ניט סתם אז דאס איז א הויז וואס ס'לעבט א איד, במילא האט דאס א מזוזה וכיוצא בזה, ויף גופא, מ'האט איבערגעמאכט פון יעדער כמה חלקים פון דער הויז, ובפרט פון די כמה חלקים פון די חדרים פארבונדן מיט די קינדער און מיט עקרת הבית, ביז וואנענט אויך אין חלקים וואס ס'זעט אויך אט די וואס גייען דורך אין גאס, ביז ס'זען אויך די שבעים אומות,
¶16און נוסף אויף די כאמור אויף די הוספה אין לימוד התורה, בפרט בענינים אלו, אין הוספה פון מצוות בכלל, ובפרט מצות הצדקה, און אין מצות הצדקה עצמה פארבונדן במיוחד מיט הפצת המעיינות חוצה, און דאס אלץ מתוך בריאות הנכונה בריאות הנפש און בריאות הגוף גם יחד, און אויך אין דעם אופן הברי זאלן זיין קיינע בלבולים צו לימוד התורה מיט א גוף בריא, צוזאמען מיט א נשמה בריאה, ביז וואנענט אז דאס מאכט אויך די כל הענינים שבחלקו בעולם זאלן זיין געזונט, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, ביז ער מאכט די גאנצע וועלט א געזונטער דורך דעם וואס ער ברענגט אראפ משיח צדקנו מראה באצבעו ואומר זה. איז דאך פארשטאנדיק, ווי די גמרא זאגט, אז דעמאלט וועט זיין דער ברענגען, אף על פי וואס ס'איז דאך דא די תחיית המתים איז דאך קען מען במומם,
¶17אין וועלכן מ'איז נפטר געווארן איז תיכף ומיד בהגרון איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'מאכט זיך גלייך געזונט, ביז די געזונט אין תכלית השלימות ווי זי איז לעתיד לבוא, אז ס'איז אינגאנצן שולל די גאנצע מציאות פון היפך הבריאות. און ס'בלייבט דער ענין פון חולת אהבה עני דער ענין פון חולה בגימטריא מ'טי דורך דערויף וואס מ'איז זיך משתדל און מ'יאגט זיך און מ'איז זיך מתיי� גוע און מ'פועל'ט אויף, אז ס'זאל זיין דער שער הנון בגלוי, ועל כל פנים בנוגע לפועל ממש, בנוגע צו לימוד התורה און קיום המצוות, ובכל דרכיך דעהו וכל מעשיך לשם שמים, ביז אויך אין דברי הרשות, וואס דאס איז ניט ניכר בגלוי, דערקענט אויך א ניט-איד, אז ער האט דערביי אז דאס טוט א איד, און האט דערביי א כוונה אויף באהאלטענע, אף על פי וואס דער ניט ווייס ניט וואס די כוונה איז, ער זעט אבער אז דאס טוט זיך א זאך מיט א כוונה פנימית, און מתוך שמחה וטוב לבב, כמוזכר לעיל, וויבאלד אז מ'געפינט זיך אין די שעות פון אקטרת חלבים אברים ופדרים, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט ענין העונג, וואס איז אין א בהמה און איז כיוצא בזה, אדער אב איז כיוצא בזה,
¶18און דאס ווערט אויך נתגלה, און ביז הקטרה על גבי המזבח, אין אש תמיד תוקד בו לא שכבה. און ס'ווערט דורך דערויף בגלוי ממש דער ענין פון לא שכבה, א ביאולה שאין אחרי'גלות, תיכף ומיד ממש.