פסקה
פסקה rh-n4m2d4fq
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-a67z56p7
- order
- 9
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ויתר עוז בא יעדער בר-מצוה פרטי אדער בת-מצוה פרטית, און צוזאמען דערמיט אויך בא זייערע עלטערן אדער מחנכים אדער מחנכות אדער מדריכים אדער זיידעס און באבעס און אלע קרובים און די גאנצע משפחה, ובפרט נאך אלטער מנהג ישראל ההולך ומתפשט, אז דעם טאג, אדער בסמיכות צו דעם טאג, פון בר-מצוה אדער בת מצוה, איז נוסף על זה וואס דער בר-מצוה און די בתי מצוה געבן אויף צדקה מערער ווי דער רגילות שלהם משאר ימי השנה, איז אויך די קרובי המשפחה, ובפרט דער פאטער און די מוטער און די מחנכים ומחנכות, זיינען אויך מוסיף אין נתינת הצדקה לזכות פון דעם בר-מצוה אדער די בתי מצוה. און יהי רצון, אז די אלע ענינים זאל נאכמער ממהר-זיין דעם זמן מתן תורתנו פון תורה חדשה מאיתי תציא און די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט דוקא ווערט דאך דער קיום המצוות, כמצות רצונך איז דאס דוקא פארבונדן ווי מ'זאגט אויך די תפילה פון יום-טוב, אז כמצות רצונך איז פארבונדן
- proofread
- 0