Paragraph
Paragraph rh-n22vq0eq
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9ra9r39f
- order
- On
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ימי חנוכה גופא האט מען זיך צוזאמענגעטראפן אין דעם טאג ווען חנוכה האט דעם ליכטיקסטן טאג פון יעדער חנוכה, וואס דאס איז דער טאג ווען מ'צינדט אן אכט ליכטלאך, אבער אין אזא אופן, און דאס ווערט איינגעקריצט אין זכרון פון יעדער אידן, ובפרט נאך בא אידישע קינדער פון צבאות השם, אז זיי געדענקען דאס דעם גאנצן יאר, אז דער יאר ווערט בא זיי א ליכטיקער יאר, און מיט וואס ווערט ער באלויכטן, מיט נר מצוה ותורה אור, מיט דער ליכטיקייט פון א מצוה און פון דער תורה, וואס דאס איז דאך דער ארט דער זיידע פון יעדן טאג וואס ס'איז פארבונדן מיט צבאות השם אז מ'זאל געדענקען אז מ'געהערט צו צבאות השם גלייך ווי מ'ווערט געבארן, און וואס מ'ווערט עלטער און קליגער, איז מען אלץ מערער מוסיף אין נר מצוה ותורה אור ווי די אנווייזונג פון חנוכה. און דאס גיט נאכמערער צו אין דער הוספה וואס דער אויבערשטער איז מוסיף אין דער ברכה וואס ער גיט צו צבאות השם, און במיוחד און דורך זיי צו זייערע מחנכים און זייערע עלטערן, און די וואס פירן מיט זיי אן, אז ס'זאל אויך זיין דער הוסי הולך און מוסיף והולך אין דעם אויבערשטן'ס ברכה, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און אויך אין אן אופן אז מ'זעט די ברכה אפענערהייט אויך בעיני בשר, ווי מ'זעט דאך אויך די נרות חנוכה, איז דאך דאס אזא מין אופן דארף דאס אנגעצונדן ווערן, אז דאס זאל לייכטן און מ'זאל דאס זען בעיני בשר, און מ'זאל אויך זען בעיני בשר ווי אזוי ס'קומט-צו פון טאג צו טאג, ובמיוחד אין דעם אכטן טאג, וואס דעמאלט איז דאך די גרעסטע צאל איז זיך נאכמערער אונטערשטראכן, אז בעיני בשר זעט מען אויך, אז מ'וועט זען,
- proofread
- 0