עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-n0dsptrc

kind
paragraph
order
G
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אתי מר דמלכא משיחא, איז דאך דאס פארשטאנדיק אז מ'זאגט דעם ענין פון מעיינות, דעם לשון מעיינות וואס דאס איז דער ענין פון מעיינות, און אין דערויף זאגט מען, אז די מעיינות שטייען אין אן אופן פון אין חוצה און זיי שטייען דארט אין אן אופן פון יפוצו שלא בערך ווי זיי זיינען מצד עצמם, איז דאך פארשטאנדיק אז דאס קומט אראפ, על ידי תוספות, אין די מעיינות פון אן ארט וואס דאס איז נאך העכער פון דעם גאנצן גדר פון מעיין, דערפאר קען דאס ממשיך זיין ביז אין אן אופן פון יפוצו, ביז אין אן אופן אז ס'ווערט דם ובשר, אז ס'ווערט א יחוד נפלא, דם ובשר כבשרו, דער בשר המוח, כמובן וגם פשוט. וואס יש לקשר זה אויך מיטן שם פון דעם בעל ההילולא, וואס כאמור לעיל, איז דאך שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש גיט ארויס דעם תוכן מיטן עיקר התוכן, מיטן חיות וכו'וכו כתורת הבעל שם טוב, אראפגעבראכט אין שער היחוד באמונה, אין ספר תניא קדישא וכו איז זאגט מען דאך, אז יצחק איז בגימטריא ארבה, און דאס וואס ס'שטייט הרבה ארבה איז א האט מען דאס גלייך געזען אויך אין דעם נאמען וואס מ'האט מכריז געווען, גלו לעין כל, אז די גימטריא שלו איז גלייך דער נאמען יצחק איז בגימטריא ארבה. על דרך זה, ווי דערמאנט אויך פריער, ווי דאס איז אין רזי דרזין אז יצחק איז בגימטריא שמונה פעמים הוי וואס דאס איז נאך מערער ווי די ששה פעמים הוי וואס דאס איז אין שם יעקב וכיוצא בזה, אויך אין שם יוסף, ווי די גימטריא פון שם הוי ווי זיי קומען אראפ אויך אין שמות בני אדם, משא נכן אז ס'קומט אראפ אין ישראל קומט דאס שמונה פעמים הוי וואס שמונה איז דאך אויך פון דעם אפטייטש פון שמיני עצרת, אז דאס גיט ארויס די אסנס פון דער זאך, דעם תוכן הפנימי פון
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions