Paragraph
Paragraph rh-myhy973a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-w8gws52n
- order
- GJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און בפרט נאך לויט דעם ביאור אין ספר תניא קדישא, אין לשון תפיסה וואס מ'זאגט בנוגע צו שכל און הבנה והשגה, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דאס איז א לשון מיט גדולי ישראל, און אראפגעבראכט אלס א יסוד אין המשך פון ע'בית ובכמה מקומות און פון רב סדיגה וכו'וכו' איז אויך דער לשון תופס אויך א דיוק און אויך א לימוד, און אויך א לימוד עיקרי. כאמור, אז דורך דערויף וואס ער איז תופס במקצתו אן איין און איינציקן אידן, וועסער זאל ניט זיין, און ער מאכט אין דערויף ניט קיין חילוקים, איז אז ס'האט תופס בכולו, אז ער האט כולו און אין אן אופן פון תופס, און ווער איז דער תופס? איז דער אופס איז עתה אט דער איד ווי ער איז במעמדו ומצבו ווען ער איז תופס דעם מקצת, און מ'ווארפט ניט אז ער דארף נאך האבן הכנות און תשובה העילאה וכו'וכו'במעמדים ומצבו, איז קומט ער און האלט אין אן אופן פון תופס במקצתו איז אט דעמאלט איז דאס גענוג אז ער זאל האבן דעם גאנצן כולו אין אן אופן פון תופס.
- proofread
- 0