Paragraph
Paragraph rh-myg1h3k0
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-yzxsk9yc
- order
- K
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאס איז געווארן א הנהגה מדור לדור, ובאופן דמוסיף והולך דער ענין פון אמירת קאפיטל תהלים, וואס איז פארבונדן מיט שנת יום הולדת שלו, הויבט זיך דעמאלט אן אויך א נייער יאר, איז פריער דא דער ענין ווי ס'הויבט זיך אן א נייער מזמור אין תהלים המתאים למספר שנותיו, וכמדובר כמה פעמים, אז ברגע אין ענינים פון קדושה, בהנוגע צו ענינים וואס איז פארבונדן מיט צאן מאריתו, און בנוגע צו ענינים וואס איז פארבונדן מיט ציבור, וואס ציבור האט דאך חיים נצחיים, כבדובר כמה פעמים, איז דא אויך דער ענין אין דער הוספה און דער עלי'א אין מזמורי תהלים משנה לשנה וואס הויבט זיך אן אין יום הולדת שלו, דאס איז שוין י'בית תמוז, און ווי מ'זעט דאך דאס אויך אנגעוויזן אין דעם מאמר הידוע וואס דער בעל הגאולה האט דערציילט ווי אזוי כמה שנים לאחרי הסתלקות שלו האט ער געהערט א מאמר חסידות מאבי וואס ער איז געווען זיין ממלא מקום אין יום הולדת של אביו, כ'חשון, און ס'איז געווען פארבונדן מיוסד דער מאמר און ער האט גערעדט וועגן די פסוקים כמזמור תהלים וואס ער האט געדארפט אנהויבן זאגן אין בשנה ההיא, וואס דאס איז געווען דער מזמור פה, כמדובר ווי שוין דא דער דרוש שוין אויך אפגעדרוקט, און כמדובר וואס ער האט דאס געהערט אין חלום און דערנאך האט דאס מפרסם געווען וכו און ווי שוין אויך אפגעדרוקט וואס דאס ווערט דאך אן ענין של הוראה לדורות.
- proofread
- 0