עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-mxpmsrrg

kind
paragraph
order
Q
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v2"}
content
ניט צו דעם ענין פון קידוש השם. בשעת ס'קומט נאך צו אין דעם קידוש השם אן ענין, אז דאס רעדט זיך וועגן א יונגער מוטער וואס ס'האט געלאזן קליינע קינדער, און וואס די קליינע קינדער וועלן נאך בענקען לאחרי כמה וכמה שנים, לאריכות ימים ושנים טובות, אויב חס ושלום ס'האט זיך נאך פארהאלטן דעם ענין פון הקיצו ורננו שוכני עפר און זיי וועלן נאך האבן די בענקעניש, נאך זייער מוטער, און אויך איבערגעבן זייערע קינדער, וועגן די בענקענישן און די מעליות פון דער מוטער, און ווי אזוי דערנאך איז ביי איר געווען דער ענין פון קידוש השם ברבים. וואס קומט ארויס, אז מ'האט א שאלה און מ'האט אויף דערויף ניט קיין ענטפער, און מ'זעט נאך אז רחמנא ליצלן די גאולה האמיתית והשלימה האלט זיך נאך אפ, און ס'גייט-דורך נאך א רגע און נאך א רגע און נאך א רגע מ'האלט שוין די פרשה פון ושכנתי בתאת התרומה אשר תרחה מיטן, און ועשו לתרומה, און דערנאך אויך די פרשה שלאחרי זה פון ואתה תצוות בני ישראל וואס דא איז דאך א פרשה וואס איז ניטא, כמבואר אין ספרים בפירוש, לאחרי די הילדת משה רבינו, זאל זיין א סדרה אין תורה אין וועלכע ס'איז
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions