עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

6 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1פאר זיך פון דעם ענין שהזמן גרמא, אף על פי וואס לכאורה איז דאס ניט קיין ענין פון פותחין בברכה, וויבאלד אבער אז דאס איז א זמן גרמא, און יעדער ענין איז דאך בדיוק, על אחת כמה וכמה, אן ענין פון קידוש השם, און א קידוש השם ברבים, אין מיטן פון א שכונה וואס דארט געפינט זיך דער בית המשולש פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, דער ביית פון מעשים טובים און פון לימוד התורה און עבודת התפילה, איז דאך זיכער אז דאס איז ביתר שאת וביתר עוז, במילא ס'איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק וואס ס'האט דא געטראפן, און ס'איז ניטא אויף וועמען צו פרעגן די שאלות. און די אלע וואס געפינען זיך דא איז אדער זיי ווייסן אזויפיל ניט, אזויפיל וואו איך ווייס ניט, אדער זיי ווייסן א ביסל מערער אדער א ביסל ווייניקער, במילא, איז וואס קומט מיר ארויס און וואס קומט אייך ארויס, אז ס'בלייבט א שאלה, און דער אויבערשטער איז מעכב רחמנא ליצלן, לא הי'לא תהי'אפילו נאך א רגע מערער די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. וואס כל הדברים האלה אמורים, ווען דאס טרעפט מיט א אידן בכלל, בשעת דאס טרעפט נאך מיט א מוטה פון קליינע קינדער, וואס דעמאלט איז

2דאך דער ענין מ'זאגט א מעלה, אז בנוגע צו דעם בית יוסף איז ער לכתחילה געשטאנען אין אזא היכע מעלה ומדריגה, אז ער האט פארדינט, אז דער אויבערשטער זאל אים צושטעלן אן ענין פון קידוש ה ער זאל אומקומען על קידוש שמו. דערנאך, בשעת דער בית יוסף האט געווען עפעס אן ענין שלא לפי מעמדו ומצבו, וויפל מ'האט פון אים ערווארט האט מען ביי אים צוגענומען אט דעם זכות, און ווי דער פירוש איז, אז ניט מ'האט צוגענומען אין דעם זכות האט ער דערפאר ניט געהאט וואס צו טאן, מ'זעט דאך אז דאס ווערט אנגערופן בשם צוגענומען דעם זכות, אף על פי וואס דערנאך איז ער געווארן א מורא-הוראה לכל בני ישראל עד סוף כל הדורות, אפילו אז ס'איז דא אויך דער ענין פון מהגעות הרמה איז דאך דאס מערניט ווי א מפה על גבי השולחן פון דעם בית-יוסף, און דער ספר איז דאך דאס דער ענין הספר פון דעם בית-יוסף אף על פי כן זאגט מען, אז דער ענין פון מקידש השם איז דאס וואס מ'האט דאס ביי אים צוגענומען, אפילו אז לאחרי זה האט ער מאריך ימים ושנים תיבות געווען, און געווארן א מורה-הוראה עד סוף כל הדורות קומט

3ניט צו דעם ענין פון קידוש השם. בשעת ס'קומט נאך צו אין דעם קידוש השם אן ענין, אז דאס רעדט זיך וועגן א יונגער מוטער וואס ס'האט געלאזן קליינע קינדער, און וואס די קליינע קינדער וועלן נאך בענקען לאחרי כמה וכמה שנים, לאריכות ימים ושנים טובות, אויב חס ושלום ס'האט זיך נאך פארהאלטן דעם ענין פון הקיצו ורננו שוכני עפר און זיי וועלן נאך האבן די בענקעניש, נאך זייער מוטער, און אויך איבערגעבן זייערע קינדער, וועגן די בענקענישן און די מעליות פון דער מוטער, און ווי אזוי דערנאך איז ביי איר געווען דער ענין פון קידוש השם ברבים. וואס קומט ארויס, אז מ'האט א שאלה און מ'האט אויף דערויף ניט קיין ענטפער, און מ'זעט נאך אז רחמנא ליצלן די גאולה האמיתית והשלימה האלט זיך נאך אפ, און ס'גייט-דורך נאך א רגע און נאך א רגע און נאך א רגע מ'האלט שוין די פרשה פון ושכנתי בתאת התרומה אשר תרחה מיטן, און ועשו לתרומה, און דערנאך אויך די פרשה שלאחרי זה פון ואתה תצוות בני ישראל וואס דא איז דאך א פרשה וואס איז ניטא, כמבואר אין ספרים בפירוש, לאחרי די הילדת משה רבינו, זאל זיין א סדרה אין תורה אין וועלכע ס'איז

4דערמאנט בפירוש משה רבינו, דער נאמען פון משה'ן איז דאס מערניט ווי די איין און איינציקע סדרה פון אתה תצוה. און מ'זאגט, אז דאס איז די פרשה פון דער וואך, און במילא דארף דאך אויך זיין וואס דער אויבערשטער איז כביכול מוז געבן יעדער אידן און אלע אידן, אורך ימים ושנים טובות, און אז דאס וואס דער אויבערשטער וויל האבן נחת רוח פון מסירת-נפש וכו איז דאך גענוג מסירת-נפש בשעת א איד געפינט זיך אין גלות, און געפינט זיך אין גלות און ווייס אז דאס איז א המשך פון ניינצן הונדערט יאר פון גלות ועדיין לא בא, און אזוי גייט-דורך און נאך א טאג און נאך א טאג און נאך א וואך און נאך א וואך און נאך א רגע און נאך א רגע, און בשעת מ'זאגט אדמתי ואדמתי איז שרייט מען אדמתי און מ'זאגט אדמתי מ'טראכט אדנועתו וכו'וכו וואס קומט רויס בפועל? בשעת בפועל קומט-צו נ ך ן ענין פון קידוש ה בפשטות, ז מ'נעמט-צו ן אידישע נשמה, און מ'נעמט איר צו פון אירע קינדער, וואס ד ס איז ד ך בנוגע צו א מוטער נ ך מערער מסירות-נפש ווי בשעת ס'רעדט זיך מסירות-נפש פון איר אליין, בשעת ס'רעדט זיך אבער מסירת-נפש, ז זי איז מבקיר און גיט איבער א

5אן אנדערן, דעם חינוך פון אירע קינדער, אז דאס זאל טאן ווערן דורך אן אנדערן וואס דאס איז א מסירת-נפש בהנוגע צו א מוטה און א מסירת-נפש נאך למעלה ממסירת-נפש. וכמדובר כמה פעמים, וואס ס'קומט ארויס אז מ'וועט זאגן נאכאמאל א טענה, און ווידעראמאל א טענה, און מ'ווייס ניט וואס נאך מ'קען טאן מ'האט געפרואוונגען אין אן אופן פון שמחה, און געפרואוונגען א ניכון פון שמחה, פון ששים יום נרסופים, פון חודש אדר און בריא מזלי וכו'וכו און געפרואווט אלע-ערליי אופנים, ועדיין לא בא ס'איז ניטא די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות, און וואס ווערט דערפון וואס איך וועל זאגן נאכאמאל און ווידער אמאל, און דערנאך וועט מען דאס איבער'חזר'ן, און דערנאך וועט מען דאס פארשרייבן ס'איז ניטא די גאולה האמיתית והשלימה בפועל, און וואס קומט אר פון די לע טענות ומענות וכו.' און כביכול, דער אויבערשטער איז ניטא קיין וואס צו רעדן וועגן דעם אויבערשטן, ער דארף ניט אנקומען צו אימעצן צו מליצות, המלצות וכו און מלמד זכות זיי זיין, ער וועט אליין איינקערן, ויהי רצון, אז דער ערשטער איינקער זאל זיין, און תיכף ומיד ממש, אז מ'זאל פארשפארן פרעגן שאלות, און פארשפארן פרעגן קשיות, און פארשפא�

6אנקומען צו מסירת-נפש בפשטות פון א אידן, על אחת כמה וכמה פון א מוטער, פון לעבעדיקער תינדער וואס וועלן מאריך ימים ושנים טובות זיין, און מ'ווייס ניט ווען זי וועט זיך זען מיט זיי, על נשמה בגוף, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז די אריכות אין בענינים אלו ברוב דברים לעל כן יהיו דבריך מעתין דערפאר וואס ברוב דברים וועט ס'זיין עפעס אן ענין וואס ס'וועט עפעס זיין שלא כדבעי, איז וואס וועט מיר ארויסקומען, און וואס וועט אייך ארויסקומען, און וואס וועט דעם ארויסקומען, כהי רצון, אז ס'זאל מען פארשפארן רעדן און ס'זאל זיין תיכף ומיד גאולה האמיתית והשלימה, וקוצו ורננו שוכני עפר און דער אומגעקומענער על קודש השם וועט דאך זען תיכף ומיד, וויבאלד אז די צדיקים איז זיינע די ראשונים וואס זיי זיינען קומען אין תחיית המתים, וועט זי זיך זיין תוקף ומיד מיט די איר לעבעדיקע קינדער, און וועט קענען ממשיך זיין אין זייער חינוך מתוך שמחה וטוב לבב, ויהי רצון, אז ס'זאל זיין תוקף ומיד ממש, ולא עיכבן אפילו כהרף עין.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions