Paragraph
Paragraph rh-mv9ezwwx
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a3ez4nre
- order
- LJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אמיתיות, אז ס'זאל ניט בלייבן אפילו קיין שיריים שבזה, און דאס אלץ זאל נאכמערער צוהיילן און נאכמער פארגרעסן דעם ישמח ישראל בעושיו, וועט דאס נאכמער פארגרעסן דער ישמח הוי'במעשיו, און ס'וועט קומען אז יבנה בית המקדש במהרה בימינו, און ס'וועט קומען די גאולה אמיתית והשלימה, אז בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו אנהויבנדיק פון קטני-קטנים וואס מ'קלייבט זיי צוזאמען אין הקהל האנשים והנשים והטף, אפילו קטני-קטנים, אז אלע קלייבן זיך צוזאמען אין קהל גדול ישוב והנה לארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש און אין הר הקודש, און אין מקדש אדנ'כוננו ידיך ווי ער זאגט פריער שיבנה במהרה בימינו ממש, און די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב, ומשמחת יום-טוב, און א החלטה גמורה אויף נאכמערער טאן אין די אלע פעולות פון הקהיל, ובכלל נאכמערער טאן אויף פארשטארקן די צבאות השם, און דעמאלט איז א זיכערע זאך, ווי דערמאנט פריער, אז דאס וועט נתל זיין אימה ופחד, דערפון יצר הרע, אז ער וועט גאר מלכתחילה מורא האבן צוצוגיין צו א אידיש קינד, און מיט אלע צוזאמען טאנצן, מיט משיח צדקנו, און מיט א ניגון של שמחה, ווי דערמאנט פריער, אין ארצנו הקדושה, און ירושלים עיר הקודש, און הר הקודש ובמצות הקהיל, אין דער עזרה, וכאמור, והוא העיקר במהרה בימינו ממש.
- proofread
- 0