Paragraph
Paragraph rh-mre5synq
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-whjzzkrr
- order
- G
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בפרט נאך וואס היינטיקער טאג איז דאך יום השלישי, איז דאך אויך דא דער ארדער אויף זי דעה אין יום השלישי ווי ער שטייט אין דער תורה, אז ביי יום השלישי שטייט צוויי מאל כי טוב, טייטשט אפ רשי און אלע א מפרשן און פוי ער האט שוין בעל פה בכלל, אז אט דאס וואס שטייט צוויי מאל כי טוב דערפאר וואס אט דער טאג האט א ספעציעלן ארדער אויף זי דעה צו אונטערשטרייכן אז יעדער רגע דארף מען טראכטן וועגן צוויי זאכן צוזאמען, וועגן טאן א זאך וואס דאס איז טוב לשמים, א מצוה בין אדם למקום, און טאן צוזאמען דערמיט א זאך וואס איז טוב לבריות, א צדקה אדער ענלעכע זאך וואס איז גוט פאר בריות, און טאן דאס מיט א שמחה, ווי געזאגט פריער, וישמח ישראל בעותיו, ובפרט צי פיקוד הוי'ישרים משמחי לב, יעדער ענין פון א מצוה מאנט מען דאך ביי אידן און מ'זאגט אז דאס איז דער אמת, אז דאס דארף מען מאכן פריילעך, דערפאר וואס דאס איז א זאך וואס מאכט פריילעך, ובפרט נאך ווי בשעת מ'געהערט צו צבאות השם גיט מען דאך דעם גאנצן כח און די גאנצע שטארקייט, ווי ס'פירט זיך דורך בפשטות, אז וועמען נעמט מען אין אן ארמיי בשעת ער האט כח אויף דורכפירן די שליחות און די מלחמות און מנצח זיין וואס אן ארמיי דארף זיך דורכפירן. און וויבאלד מ'זעט, אז דער אויבערשטער, וואס ער איז דאך ווי מ'האט ערשט דאך געזאגט בוחן כליות ולב קען יעדערן פון אייך, און קען יעדערן פון אייך אינעווייניק, און ועושים עובדו כראוי, ולאחרי כל זה בהשגחה פרטית, האט דער אויבערשטער געמאכט, אז מ'האט אייך ארי איינגענומען אין צבאות השם איז דאך א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער האט געגעבן די אלע כוחות, אז מ'זאל קענען דורכפירן די אלע ארדערס, ובפרט דעם ארד דרב זודן, און דורכפירן ווי דער אויבערשטער האט אנגעוויזן בשמחה ובטוב לבב, סיי די אייגענע שמחה, און סיי די שמחה פון ארום זיך. וואס דאס איז אויך דער קשר, ווי געזאגט, סיי מיטן יאר און סיי מיטן טאג
- proofread
- 0