Paragraph
Paragraph rh-mh0p90bh
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8xxnxgev
- order
- 3s
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צום אלעם ערשטן איז פותחין בברכה, וואס ברכה בכלל גייט דאך אויף תורה, וואס דער סיום פון די מחנות האט זיך פארענדיקט מיט אן ענין פון תורה, א סיום צוזאמען מיט א פתיחה בתורה, אפגעדרוקט דעם ספר התניא פון דעם אלטן רבי'ן, ביז אין אן אופן אז מ'קען שוין אים גלייך אנהויבן לערנען און פותח זיין נאכאמאל לימוד התניא אין א ניי-געדרוקטן תניא, וואס ס'איז געדרוקט געווארן בשדה, צוזאמען מיטן מלך בשדה, מיטן אויבערשטנ'ס סיוע וברכה והצלחה, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין אויסנוצן ווי ס'דארף צו זיין דעם זיין אין די אלע מחנות קיץ, סיי דא אין ארצות הברית, סיי בכל מקום שבעולם, און זיכער אזוי אין ארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, וואס דאס גייט דאך אויף חודש אלול, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך אין א שנך תסמח און תשמח און שנת הקהיל, ווי גערעדט מערערע מאל. איז יהי רצון, אז די ברכה זאל אויך ארויסקומען בפועל, אז יעדערער פון אונז און פון אייך בתוך כלל ישראל זאל מוסיף-זיין נאך מערער אין לימוד התורה בכלל, און אין פנימיות התורה, אין תורה שבכתב פון פנימיות התורה, אין ספר התניא קדישא ולימוד מביא לידי מעשה, מוסיף זיין אין קיום די מצוות וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין תורה בכלל, און תורה שבכתב פון חסידות חב ד, וואס ממלאי מקומו איז דאך נשיא דורנו דער רבי דער שווער אין ספר התניא,
- proofread
- 0