עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-md8cwrb9

kind
paragraph
order
Ib
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דאס איז די לעבעדיקייט פון חיינו ואורך ימינו דורך זיין טאג-טעגלעכן לעבן לויט די אנווייזונגען פון תורת חיים, און מקיים-זיין אירע מצוות אויף וועלכע ס'איז געזאגט געווארן וחי בהם, אז יעדער איד און אלע אידן, אנשים נשים ונשים, און אויך וטף, איז זייער לעבן באשטייט אין דעם לעבן פארבונדן מיט תורה און אידישקייט, ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, אין אלע טעטיקייטן דערביי, אפילו בשעת מ'שלאפט, איז דאך אויך די הכנה, די צוגרייטונג צו דעם שלאפן מזדח, דורך זאגן דעם ענין פון קריאת-שמע, וואס קריאת-שמע איז דאך גלייך דער ערשטער פסוק בזה פון שמע ישראל את הוי'אלקינו אז דער אויבערשטער גיט אלע כוחות און איז דער מקור כל הכוחות, ווי אפגעטייטשט, און אין אן אופן פון הוי'אחד ווי דער סיום פון דעם פסוק, און דערנאך מאכט אזוי דער איד בגלוי, אנטפלעקט דאס אין יעדער טייל פון זיין לעבן, במילא אויך אין יעדער טייל פון זיין חלקו בעולם, ביז וואנענט ווי געזאגט פריער ער מאכט פון דער גאנצער וועלט א דירה לו יתברך, אפילו פון דעם
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions