Paragraph
Paragraph rh-m9s6x5d8
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- NF
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אלע צוגרייטונגען אין דער פולסטער מאס, דארף מען זאגן, נאך איידער דער בית-המקדש איז געבויט געווארן דער שבת פאר דעם, און דעם פרייטאג פאר דעם, און דעם דאנערשטיק פאר דעם און די אלע טעג פאר דעם, דורך דעם וואס אין צוגאב וואס ער דערמאנט זיך און דערמאנט די אלע ארום זיך, אז מ'זאל וויסן זיין, אז מ'האט דעמאלט געזאגט עשירות של יום, וואס בפשטות איז דאך דער אינהאלט דערפון, אז מ'לויבט דעם אויבערשטן פארוואס שהחיינו וקיימנו און האט געגעבן אט דעם טאג, א לעבעדיקן טאג, און א טאג וואס מ'קען אים דורכלעבן, און לעבן אין אן אופן ער זאל צוגרייטן אויך די לעבעדיקייט פון די טעג און פון די וואכן און פון די יארן וואס נאך דעם, איז ער אויך מוסיף נאכמער לעבעדיקייט, אויך אין די מעשים וואס ער האט געטאן א טאג פאר דעם, אדער צוויי טעג פאר דעם וכיוצא בזה, איז מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז א חכם האט בכח, אין צוגאב דערצו, אז די אלע זאכן, מעשים און די אלע דיבורים ומחשבות, וואס ער האט דעם טאג, איז בשעת ער דערמאנט זיך נאר אויף די מעשים וואס ער האט געטאן מיט א טאג פאר דעם, אדער מיט כמה ימים לפני זה, מערערע טעג פאר דעם, איז ניטא אין דערויף קיין פארפאלן, חס ושלום, נאר מ'גיט אים אויך כוחות ער זאל אין זיי אויך צוגעבן לעבעדיקייט אויך אין די מעשים וואס ער האט געטאן אין א טאג פאר דעם, און ווי גערעדט אויך בא מערערע קעלעגנהייטן, אז דאס איז ניט סתם א דרשה, נאר דאס איז אויך אן באנווייזונג, גענומען פון תורתנו תורת חיים, אז אין צוזאמען מיט אלע כוחות וואס מ'האט געגעבן יעדער אידן און אלע אידן, האט מען זיי אויך געגעבן א כח, אז זיי זאלן צוגעבן, אז אויך אין די מעשים וואס זיי זיינען געטאן געווארן מיט א טאג פאר דעם אדער מיט א וואך פאר דעם אדער מיט יארן פאר דעם, האט ער בכח, אז ער זאל אין די
- proofread
- 0