Paragraph
Paragraph rh-m6tp0k7z
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-kwm01nc3
- order
- JE
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי מ'זעט דאך ביי א מלך, אדער ביי א וואס פירט-אן מיט אן ארמיי ווען ער איז צופרידן פון די סאלדזשערס גיט ער זיי ניט נאר אזויפיל וויפל זיי פארדינען, נאר נאכמערער ער גיט זיי נאך מתנות, און גיט זיי נאך מערער ווי זיי האבן פארדינט און אויף וויפל זיי ריכטן זיך, און די מתנות גיט ער לויט זיין מעגלעכקייט, מעגלעכקייט אבער פון דעם אויבערשטן איז דאך, ווי געזאגט פריער, את השמים ואת הארץ. וואס דאס איז אויך די ערשטע אפלערנונג און די ערשטע נקודה און די ערשטע פקודה וואס וועגן וועלכע מ'רעדט בא דעם היינטיקן צוזאמענקלייבן זיך, וואס דאס איז, ווי דערמאנט פריער, אין א ספעציעלן טאג אין חול המועד פון יום-טוב סוכות, און מ'געפינט זיך אין א מקדש מעד, און ס'געפינען זיך מערערע אידן צוזאמען, מערערע אידישע קינדער צוזאמען, וואס יעדערער פון זיי איז אויף אים געזאגט געווארן דער פסוק וואס איר האט פריער געזאגט ישמח ישראל בעושיו אז יעדערער פון זיי איז צופרידן און פריילעך וואס ער געהערט צו דעם אויבערשטן וואס האט אים באשאפןאון האט אים געמאכט, און האט אים געגעבן די מעגלעכקייט ער זאל קענען דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס ציווי און דעם אויבערשטנ'ס רצון, פארגעסערט דאס נאכמערער די מתנות וואס דער אויבערשטער גיט יעדערן פון צבאות השם, און גיט זיי אין צוגאב וואס ער גיט זיי אין דעם חג אסוכות, גיט ער זיי דערנאך דעם גאנצן יאר הקהל, און גיט ער דערנאך כל היבים, אויך די יארן וואס קומען נאכדעם, ובזכותיו גיט ער אויך די ברכות און הצלחות, ווי דערמאנט פריער, די עלטערן זייערע, די פארטערס און די מוטערס, וואס זיי האבן זיי אויסגעהאדעוועט אין אזא אופן, אז זיי זיינען דערנאך געווארן מיטגלידער חברים אדער חבירות אין צבאות השם,
- proofread
- 0