English
ספרייה
kind
paragraph
order
9I
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}
content
וואס דעמאלט האט דאס א המעגלעכקייט פון א הארבערע טומאה, ביז וואנענט אז ס'איז דא כלים וואס האבן ניט קיין תפקיד אויף משמש זיין, ניט אכילה ושתי' וכיוצא בזה אויף דער אנדער תשמישא האדם, מערניט אויף אן ענין של שחוק, אן ענין של בילוי, וואס ער וויל דאך האבן א געניגן וואס איז ניט קיין הכרח כלל וכלל, וואס דאס איז בכללות די דריי דרגות וואס ס'ווערט געבראכט אין יעדערע פון אט די משנות פון דעם ערשטן פרק וואס מ'לערנט, אז ס'איז דא אט די כלים וואס זיי זיינען משמש אויך אויף שכיבה, אדער על כל פנים ישיבה, איז אט דעמאלט ווי דער דוגמא בזה איז בנוגע צו תריסן, צו א זאך, א מגן, וואס ער האט אז ס'זאל אויף אים מגין זיין בשעת המלחמה, וואס אט דעמאלט דארף ער דאך אויף אים מגין זיין מכל הצדדים, וואס אט דעמאלט מאכט מען דעם תריס, דער מגן ס'זאל זיין אין אן אופן פון א כפוף, ניט ער ס'זאל זיין מערניט ווי דער צד אחד וכיוצא בזה, אדער צוליב אן אנדער תשמיש, נאר ס'דארף זיין באשיצן מכל הענינים וואס מ'דארף האבן אויף זיי א הגנה בשעת המלחמה, וואס דאס איז דער תריעת הכפוף. וויבאלד אז ס'איז שוין געווען א כפוף האט מען אים גענוצט אויך אויף אן ענין
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים