English
ספרייה
kind
paragraph
order
G
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווערט ער שוין זיכערער בא זיך, און אזוי משפיע ווירט אזוי אויך אויף דער גאנצער משפחה, אז זיי זאלן אויך זיין נאכמער שטארק בטחון אין דעם אויבערשטן און נאכמער שטארק אין דער אויפפירונג אין דעם אויבערשטנ'ס וועגן, ובפרט אין דעם אויבערשטנ'ס וועגן וואס זיי זיינען פארבונדן מיט דער ליכטיקייט פון מצוות, חוד אין דער ליכטיקייט וואס ס'איז פארבונדן און אפגעגעבן ספעציעל צו אידישע טעכטער, ביז צו גאר קליינע אידישע מיידעלעך, אז זיי זאלן מאכן ליכטיק די הויז, וויסנדיק אפילו אז דערנאך וועט אנצונדן די עלטערע שוועסטער און וועט אנצונדן איר מוטער, האט זי דעם זכות און דוקא זי הויבט אן אויף מאכן ליכטיק די גאנצע הויז, און דערביי שטייט איר מוטער און האט א הנאה וואס דער אויבערשטער האט איר געבענטש מיט אזא גוטער טאכטער, און די טאכטער האט מערער נאכמער הנאה, וואס אין צוגאב וואס זי איז מקיים כבוד את אביך ואת אמך,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים