פסקה
פסקה rh-m3hf0fbk
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-2835g8ct
- order
- N
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז מ'זאל קענען נאכמערער מצוות מקיים-זיין, און מקיים-זיין יעדער מצוה מיט נאכמער שטארקייט און מיט נאכמער לעבעדיקייט און מיט נאכמער פריילעכקייט, ובפרט אז מ'איז זיך ערשט אריין אין א נייען יאר, און דער יאר הויבט זיך אן ווי יעדער יאר, ובפרט היינטיקע יאר מיט ראש השנה, וואס דעמאלט איז מען דאך מקבל דעם אויבערשטנ'ס מלכות, הרשנו כולה, און וואס א מלך איז דאך זיין זאך אויף צו געבן אנווייזונגען ווי אזוי מ'זאל זיך פירן אין זיין מלכות, און דערביי איז דער מלך אליין מסייע העלפט ארויס יעדערן פון די וואס געפינען זיך אין זיין מדינה, אז זיי זאלן קענען טאן די אלע זאכן אין א גוטן אופן און אין א פריילעכן אופן און אין א שטארקן אופן און אין א שטענדיקן אופן, און ניט אין א שטענדיקן אופן אין דער זעלבן שטענדיקייט, נאר צוגעבן און נאך מערער מוסיף זיין אין לעבעדיקייט און אין פריילעכקייט און אין שמחה גדולה וואס מ'איז מקיים דעם אויבערשטנ'ס מצוות בכלל, און מ'לערנט דעם אויבערשטן'ס תורה במיוחד.
- proofread
- 0