transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1בהוספה אויף די ברכות און די גוטע וואונטשן וואס מ'האט פריער גערעדט, וואס אין דערויף זיינען דאך אויך נכלל איינגעשלאסן די אלע וואס געפינען זיך איצטער דא, קומט אויך די הוספה מיוחדה, אין צוזאמענהאנג מיט דעם מורם מיוחד, מיט די ספעציעלע קשעניש וואס קומט בא יעדער אידן, סיי בא א מאנסביל און סיי בא פרויען, ווען זיי ווערן בר-מצוה אדער בת-מצוה, וואס דעמאלט ווערן זיי מצוה, אט דעמאלט באקומען זיי דעם דירעקטן אנזאג און די בקשה פון דעם אויבערשטן אויף מקיים-זיין זיינע מצוות און לערנען זיין תורה, און טאן אזוי יעדער טאג און אלע טעג פון א גאנץ יאר, ובמיוחד ווי מ'געפינט דאך איצטער אין דער ענדע פון חודש תשרי און התחלה און ראש-חודש פון חודש חשבון פון דעם נייעם יאר, וואס אידן האבן דאס א ראשי-תיבות געגעבן, הי'טוהי שנת נפלאות בה א וואונדערלעכער יאר,
¶2און ניט סתם וואונדער, נאר וואונדער וואס ווערן אנגערופן בשם נפלאות וואס דאס איז נאך מערער ווי דער ענין פון ניסים, און נפלאות אויך דאס גופא לשון רבים, ובפרט אז ס'איז דאך א זיכערע זאך אז יעדערע פון די בני מצוה און יעדערע פון די בנות מצוה האבן דאך גענומען אויף זיך, פון די וואס דער טאג איז שוין ביי זיי געקומען האבן שוין אנגעהויבן מקיים זיין בפועל אלס א מצוה ועושה, ניט נאר ווי מ'טוט א זאך וואס מ'האט נאך ניט באקומען דעם דירעקטן אנזאג פון דעם אויבערשטן, אז איצטער איז די צייט אויף אנהויבן דאס טאן אלס א מצוה ועושה, און מ'האט דאס געטאן ברצון הטוב, וואס דאס באווייזט וואס א איד-איז, סיי א מאן און סיי א פרוי, אז גלייך ווי פון קליינווייז אויף וויל מען מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס ציוויים אנזאגן און לערנען זיין תורה, און איצטער האט מען דערגרייכט דעם גליקלעכן עלטער, אז מ'קען דאס טאן נאך בר-מצוה און נאך בת-מצוה, וואס דעמאלט האט מען א שכר מיוחד, און מ'האט א סיוע מיוחד פון דעם אויבערשטן אליין,
¶3אז מ'זאל קענען נאכמערער מצוות מקיים-זיין, און מקיים-זיין יעדער מצוה מיט נאכמער שטארקייט און מיט נאכמער לעבעדיקייט און מיט נאכמער פריילעכקייט, ובפרט אז מ'איז זיך ערשט אריין אין א נייען יאר, און דער יאר הויבט זיך אן ווי יעדער יאר, ובפרט היינטיקע יאר מיט ראש השנה, וואס דעמאלט איז מען דאך מקבל דעם אויבערשטנ'ס מלכות, הרשנו כולה, און וואס א מלך איז דאך זיין זאך אויף צו געבן אנווייזונגען ווי אזוי מ'זאל זיך פירן אין זיין מלכות, און דערביי איז דער מלך אליין מסייע העלפט ארויס יעדערן פון די וואס געפינען זיך אין זיין מדינה, אז זיי זאלן קענען טאן די אלע זאכן אין א גוטן אופן און אין א פריילעכן אופן און אין א שטארקן אופן און אין א שטענדיקן אופן, און ניט אין א שטענדיקן אופן אין דער זעלבן שטענדיקייט, נאר צוגעבן און נאך מערער מוסיף זיין אין לעבעדיקייט און אין פריילעכקייט און אין שמחה גדולה וואס מ'איז מקיים דעם אויבערשטנ'ס מצוות בכלל, און מ'לערנט דעם אויבערשטן'ס תורה במיוחד.
¶4ואשרי חלקם קליקלאך זיינען די עלטערן וואס זיי האבן אויפגעהאדעוועט אזעלכע קינדער וואס זיי האבן דאך אין דערויף גאר א גרויסן איינטייל און א חלק און א זכות, כולל אויך די זיידעס און די באבעס און די קרובים און די קרובות, און אויך די וואס האבן זיי מחנך געווען און געלערנט מיט זיי דעם אויבערשטנ'ס תורה, און געלערנט מיט זיי ווי אזוי מ'דארף מקיים זיין אויבערשטנ'ס מצוות, וואס זיי אלע צוזאמען שטעלן דאך צוזאמען דעם אידישן פאלק, וואס תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב, אז דער אויבערשטער, דורך משה רבינו, האט איבערגעגעבן יעדער אידן און אלע אידן די תורה, און וואס אין תורה האט ער אריינגעשריבן, אז יעדער קינד, ווען ער ווערט א אינגעלער דרייצן יאר אלט, א מיידעלע צוועלף יאר אלץ זיינען זיי מחוייב מן התורה, אין אלע מצוות און אין לערנען תורה במיוחד, ועוד והוא העיקר אויף צו טאן דאס אין א לעבעדיקן אופן און אין א פריילעכן אופן, און אין אן אופן ווי ס'פירט זיך צוזאמען מיט נתינת הצדקה, ווי ס'איז דער מנהג ישראל במיוחד בנוגע צו בני מצוה ובנות מצוה,
¶5אזוי אליין אין טאג פון זייער בר-מצוה, אדער ווען דאס איז א שבת אדער יום-טוב פון א טאג פאר דעם און נאך דעם, און אזוי אויך זייערע מחנכים און זייערע מחנכיות פארבינדן די טעג לפני זה, אדער ביום זה עצמו, מיט נתינת הצדקה, און אין צוגוף צו אלע גוטע זאכן איז אויך צדקה מקרבת את הגאולה, און יעדער מצוה און יעדער ענין אין תורה וואס מ'לערנט, ובפרט אז מ'לערנט דאס אלס מצובה ועושה, איז נאכמערער מזרז היילט נאכמערער צו די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט מען האבן די מעגלעכקייט אויף מקיים זיין אלע מצוות בארצנו הקדושה, וויבאלד אז מ'וועט שוין האבן דעם בית המקדש השלישי, מקדש אבנקוננו יבך וואס מ'קענען אויך מקריב זיין קרבנות, וואס דאס איז דאך פון די כללות'דיקע מצוות, ומצוות בכל יום, איז דאך דא די מצוה פון תמיד של שחטא און תמיד של בין הארבעים.
¶6צוה, און אלע זייערע קרובים, אנהויבנדיק פון די עלטערן זייערע, מאכט גוטע באשלוסן האט דאס זיכער אנגענומען געווארן בא דעם אויבערשטן, אויפן טיפסטן אופן און אויפן הארציקסטן אופן און אויפן פריילעכסטן אופן, און דער עיקר פריילעכקייט, אז דער אויבערשטער היילט נאך מערער צו די גאולה האמיתית והשלימה פון בני מצוה ובנות מצוה, זייערע עלטערן און פון דעם גאנצן אידישן פאלק, אז ס'זאל זיין די גאולה תיכף ומיד ממש, און בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו געפינט מען זיך אויך תיכף ומיד ממש יעדער איד און אלע אידן, און די בני-מצוה און בנות מצוה בראשם, בארצנו הקדושה, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן אין הר הקודש, און אין בית המקדש השלימות, שמ קדש אדנ'כוננו ידיך ושם נעשה לפניך אלע מצוות בשמחה ובטוב לבב. און יעדער ענין, ובפרט דער ענין פון צדקה, ערשו די אלע ענינים, אז ס'זאל זיין ווי געדעמאנט פריער און ווי די פריערדיקס פארברענגען בארוכה, אז ס'זאל זיין א יאר וואס היו תהי'שנת נפלאות בה.
¶7מצאי נפלא וועט זיין, אז תיכף ומיד ממש האט מען גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צבקנו.