Paragraph
Paragraph rh-kzs8y5zk
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-hgerfd0p
- order
- SW
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- גם יחד א געזונטע נשמה אין א געזונטער גוף, ובמיוחד געזונטע משפחות, אז סיי די עלטערן און סיי די באבע זיידע און סיי די קינדער און די אייניקלעך און די אור-אייניקלעך זיינען אלע נשמות בגופים געזונטע נשמות און געזונטע גופים, און האלטן אין איין שטייגן אין לעבעדיקייט, ווי א אידן'ס שטייגן אין לעבעדיקייט איז דורך דערויף וואס ער שטייגט אין תורה ומצוותי,' און ער שטייגט דאס אן קיין הפסק בזה, ווי דערמאנט פריער, אפילו ווען ער געפינט זיך און פארנעמט זיך מיט פעלד-זאכן, איז אויך דעמאלט איז נוצט ער אויס די פעלד אויף מאכן פון איר אן ארט אין וועלכן ס'וואקסן אלע געזונטע פירות, אנהויבנדיק פון חיטה ושעורה, און דערנאך אויך די אנדערע פינף מינים אין וועלכע נשתבחה ארץ ישראל, און צוזאמען ווערט דאס שבעה מינים שנשתבחה בהם ארץ ישראל. וואס דאס איז אויך כנגד, דאס שטימט דערמיט וואס יעדער איד און אלע אידן
- proofread
- 0