Paragraph
Paragraph rh-kznb2xhg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-fdty2dc8
- order
- 8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v2"}- content
- פאר זיך פון דעם ענין שהזמן גרמא, אף על פי וואס לכאורה איז דאס ניט קיין ענין פון פותחין בברכה, וויבאלד אבער אז דאס איז א זמן גרמא, און יעדער ענין איז דאך בדיוק, על אחת כמה וכמה, אן ענין פון קידוש השם, און א קידוש השם ברבים, אין מיטן פון א שכונה וואס דארט געפינט זיך דער בית המשולש פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, דער ביית פון מעשים טובים און פון לימוד התורה און עבודת התפילה, איז דאך זיכער אז דאס איז ביתר שאת וביתר עוז, במילא ס'איז אינגאנצן ניט פארשטאנדיק וואס ס'האט דא געטראפן, און ס'איז ניטא אויף וועמען צו פרעגן די שאלות. און די אלע וואס געפינען זיך דא איז אדער זיי ווייסן אזויפיל ניט, אזויפיל וואו איך ווייס ניט, אדער זיי ווייסן א ביסל מערער אדער א ביסל ווייניקער, במילא, איז וואס קומט מיר ארויס און וואס קומט אייך ארויס, אז ס'בלייבט א שאלה, און דער אויבערשטער איז מעכב רחמנא ליצלן, לא הי'לא תהי'אפילו נאך א רגע מערער די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. וואס כל הדברים האלה אמורים, ווען דאס טרעפט מיט א אידן בכלל, בשעת דאס טרעפט נאך מיט א מוטה פון קליינע קינדער, וואס דעמאלט איז
- proofread
- 0