Paragraph
Paragraph rh-kza3x6qy
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9dgkf13f
- order
- R
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דערמיט וואס ער האט שוין באוויזן, אז אויך דערצו איז ער א שייכות, נאר על דרך ווי אין ימי חנוכה עצמם איז ער מוסיף נאך א ליכט, נאך מערער ווי בלילה השני, און דערנאך בלילה השלישית וכו און דערנאך איז ער אזוי ממשיך במשך כל ימי השבוע, ניט קוקנדיק אויף די שינויים וואס ס'דארף זיין על פי הלכה און ניט דארף על פי הלכה אין ענינים פון אידישקייט, פארשידענע אופנים, אין עבודת ה'אין עבודת הוי איז ער נאכמערער מוסיף אויך אין דעם אופן פון הולך ומוסיף באור, ובכל עניני טובה וקדושה, ובכל עניני אין פני דער מצוה ותורה אור, און אויך אין די אלע ענינים פון בכל דרכיך דעהו וכל מעציך לשם שמים, כמדובר כמה פעמים בארוכה. און דאס ווערט ביי אים א הנהגה תמידית בכל השנה כולה, און ניט א הנהגה תמידית אין דער נקודה, אז דאס איז אין דעם זעלבן מדה והגבלה, אדער אפילו שלא והגבלה, אבער אין דעם זעלבן אופן און אין דעם זעלבן סוג, נאר אין דערויף גופא גייט ער אריבער פון איין בלי-גבול אין א בלי-גבול וואס דאס איז בערך דעם פריערדיקן בלי גבול. כמדובר כמה פעמים, אז אויך אין בלי-גבול איז דא כמה דרגות בזה, בדוגמא ווי מ'זעט אז בלי-גבול אין מספר הנקודות, אין א קו, און דערנאך איז דא א בלי-גבול אין מספר הקוים, אין א שטח, אף על פי וואס יעדער קו האט באזונדער א בלי-גבול נקודות, אין דערויף גופא קומט-צו נאך א צווייטער בלי-גבול, און דערנאך, בשעת ס'קומט ניט נאר א שטח, נאר א גאנצער כמות, וואס ס'האט דריי ענינים, אורך ורוחב ועומק, אט דעמאלט קומט נאך צו א דריטער בלי-גבול, און דערנאך, אז ס'רעדט זיך אין ענינים רוחניים, קומט נאך צו כמה אופנים אין בלי-גבול וואס ער איז מוסיף אין רוחניות על גשמיות, און אין רוחניות עצמו מוסיף מעולם לעולם,
- proofread
- 0