עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ky0repz2

kind
paragraph
order
7
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אט דער טאג פון חי אלול, און ווי נשיא דורנו האט דאס אפגעטייטשט אין די צוויי טייטשן וואס ס'האט חי אלול, ווי שוין אפגעדרוקט ומפורסם לכל בקדיו לשון הרב, און וואס אין דעם אלול איז דאך אויך ידוע ומפורסם די אלע ענינים, ווי ערקלערט בארוכה אין חסידות וכמה מאמרים ובשיחות פון נשיא דורנו, וואס בכללות שטעלן זיי זיך אויך אויס אין די פינף ענינים פון תורה עבודה וגמילות חסדים, און תשובה וגאולה, ביז צו גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דאך די אמת'ע גאולה, כאמור, גאולה האמיתית. במיוחד ס'איז דאך נאך דא בשנה זו וואס ס'קומט נאך צו אין דערויף, אז ס'איז חל בפשטות אין דעם טאג, וואס דעמאלט איז געווען מצד ימי הבריאה, יום הרביעי, וואס דעמאלט איז געווען נתלו שני מאורות הגדולים, ווי דער לשון הכתוב בנוגע לזה. און ס'איז אויך קומט נאך צו דעם ענין וואס דאס איז שנת תסמך און תסמך און הקהל. דערצו קומט נאך אויך צו די הוראה המפורסמת פון נשיא דורנו, פון דעם אלטן רבי'ן דורך נשיא דורנו פון לעבן מיט דער צייט פון דעם שיעור חומש וואס איז פארבונדן מיט יום זה, ווי דער פרשת השבוע, וואס דאס איז דאך פון רביעי ביז חמישי רעדט זיך דארט בפשטות אויך א רמז הכי פשוט, אז ס'איז נרמז דער ענין פון דעם בעל שם טוב, ווי דארט דערמאנט כמה פעמים ישראל וכיוצא בזה, וכאמור כמה פעמים, און אויך צוזאמען גלייך בסמיכות נאך ביי ישראל אויך דער ווארט היום הזה, וואס היום, ס'איז דאך מפורסם וואס נשיא דורנו האט אויך מפרסם געווען פון זלמם אותיות לזמן, ווי מ'האט מפרש געווען אויפן נאמען פון דעם אלטן רבי'ן, און וואס דאס איז דאך היום הזה
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions