transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אט דער טאג פון חי אלול, און ווי נשיא דורנו האט דאס אפגעטייטשט אין די צוויי טייטשן וואס ס'האט חי אלול, ווי שוין אפגעדרוקט ומפורסם לכל בקדיו לשון הרב, און וואס אין דעם אלול איז דאך אויך ידוע ומפורסם די אלע ענינים, ווי ערקלערט בארוכה אין חסידות וכמה מאמרים ובשיחות פון נשיא דורנו, וואס בכללות שטעלן זיי זיך אויך אויס אין די פינף ענינים פון תורה עבודה וגמילות חסדים, און תשובה וגאולה, ביז צו גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דאך די אמת'ע גאולה, כאמור, גאולה האמיתית. במיוחד ס'איז דאך נאך דא בשנה זו וואס ס'קומט נאך צו אין דערויף, אז ס'איז חל בפשטות אין דעם טאג, וואס דעמאלט איז געווען מצד ימי הבריאה, יום הרביעי, וואס דעמאלט איז געווען נתלו שני מאורות הגדולים, ווי דער לשון הכתוב בנוגע לזה. און ס'איז אויך קומט נאך צו דעם ענין וואס דאס איז שנת תסמך און תסמך און הקהל. דערצו קומט נאך אויך צו די הוראה המפורסמת פון נשיא דורנו, פון דעם אלטן רבי'ן דורך נשיא דורנו פון לעבן מיט דער צייט פון דעם שיעור חומש וואס איז פארבונדן מיט יום זה, ווי דער פרשת השבוע, וואס דאס איז דאך פון רביעי ביז חמישי רעדט זיך דארט בפשטות אויך א רמז הכי פשוט, אז ס'איז נרמז דער ענין פון דעם בעל שם טוב, ווי דארט דערמאנט כמה פעמים ישראל וכיוצא בזה, וכאמור כמה פעמים, און אויך צוזאמען גלייך בסמיכות נאך ביי ישראל אויך דער ווארט היום הזה, וואס היום, ס'איז דאך מפורסם וואס נשיא דורנו האט אויך מפרסם געווען פון זלמם אותיות לזמן, ווי מ'האט מפרש געווען אויפן נאמען פון דעם אלטן רבי'ן, און וואס דאס איז דאך היום הזה
¶2ס'איז דאך דער זמן פון קדושה, און פארבונדן מיט אידישקייט בכלל, איז דאך בכל יום חדשים ממש, א יום הזה, און ס'איז פיתה כח האידן, ער זאל דאס טאן אין אזא אופן, ביז וואנענט אז יעדערער וואס גייט אפילו מערניט ווי פארביי איז מורה באצבעו ואומר זה אט דאס איז א יום הזה, כמדובר כמה פעמים, און אויך מרומז נאך דעם ענין פון דעם ערשטן נאמען פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דאס איז דאך שני אור, ווי דער אפטייטש אין דעם, אז דאס איז די שני אורות אנהויבנדיק פון תורה-שבכתב און תורה שבעל-פה און נגלה דתורה און פנימיות התורה וכו.' וואס דאס איז דאך יש לומר קרוב לודאי, אז דאס וואס ער זאגט אין שיעור פון דעם טאג, הסכת ושמע ישראל און וואס כתרגומה, ווי רש'ברענגט אראפ אויף אפטייט פון הסכת, איז דאך דאס דער ענין אויך פון שמיאה, אף על פי כן זאגט מען דערנאך נאכאמאל ושמע איז יש לומר בפשטות, אז הסכת איז דאס אזא מין שמיאה וואס אין איר איז אויך שייך אן ענין פון זכי'איזקה, אז מ'קען דאס אויך זען בעינים, וואס דאס איז דער ענין פון תורה שבכתב, איז דאך ווי ס'איז געווען בפשטות, אז פריער האט מען דאס געזאגט בדיבור צו משה רבינו, און דערנאך איז דאס געווארן תורה שבכתב, ביז וואנענט אז אזוי ווען תורה, משה קיבל תורה מסיני ומסרה, ביז צו די תלמידים הרבי, איז דאך אויך דער סדר, אז מ'לערנט די ענינים וואס שטייט אין תורה שבכתב נאך איידער דער תינוק קען אליין דאס לייענען בפנים, ער רעדט זאגט מען דאס אים בעל-פה, און דערנאך איז דאס אויך אין אזא ענין אז מ'באווייזט אים, אז האט ער אט דעם ענין געשריבן, משא נכן תורה שבעל-פה איז דאך ענינה, אז תורה שבעל-פה אי אתה רשעי אז דאס זאל אראפקומען בכתב אין אן אופן פון הסכת
¶3ס'בלייבט מערניט ווי שמה, אין אן ענין של שמיעה און בעל-פה, און וויבאלד אז מ'זאגט דאס גלייך בסמיכות אז הסכת ושמע ישראל היום הזה נהייתו לעם איז איז דאס אויך דער סדר פריער קומט הסכת ושמה וואס דאס איז דער ערשטער נאמען פון אלטן רבי'ן, און דערנאך א יום הזה וואס דאס איז דער צווייטער נאמען, און מ'פארבינדט אונז גלייך מיט היום הזה נהייתו לעם להוי אלקיך, וואס דאס ווערט דאך איבערגע'חזר'ט מידי שנה בשנה, ווערט דאך אידן פאר א עם פון מלך מלכי המלכים הקב,"ה ביז וואנענט אז אין מלך בלי עם פון דאס זיינען אידן, וואס דאס ווערט אויפגעטאן דורך דער תמליכוני עליכם ביום ראש השנה, וואס די התחלה בזה הויבט זיך שוין אן פון ראש חודש אלול, ובפרט אין חי אלול, וואס דעמאלט איז דאך דאס אויך דער יום החשבון און דער יום פון השלמה, וחודש תשרי פון שנה וואס ענדיקט זיך איצטער, שנת תסמח ותשמח און הקהל, אבער אין אזא אופן אז דאס שטייט שוין, אנהויבנדיק פון ראש חודש, פון דעם חודש תשרי, וואס דאס איז דער ענין פון ראש השנה, וואס דאס איז דאך אויך דער היום הזה נהיותה לעם להוי'אלקיך ווי געזאגט פריער, ווערט דאך דאס אויפגעטאן דורך די פינף ענינים תורה עבודה וגמילות חסדים און תשובה און גאולה, וואס זיי זיינען דאך אלץ פינף ענינים אין עבודת פון אידן, צו דעם אויבערשטן אלס צו א מלך וואס אין מלך בלי עם,
¶4מיט א חיות חדש, ווי די אפטייטשן און די ביידע אפטייטשן אין חי אלול, און איבערגעגעבן געזאגט פון נשיא דורנו, און איבערגעגעבן אויך פון די נשיאים וואס ער איז זייער ממלא מקומו, וואס איצטער שטייט מען אין סיום אין חותם פון דעם טאג פון חי אלול, על מנת אז דאס זאל ווערן א התחלה אויף דעם חשבון צדק און דער חשבון פון די אלע צוועלף טעג, דערנאך אז דערנאך, על אחת כמה וכמה, הלוך אותי ואור על כל השנה פון תשמוט את ידיך וואס קומט גלייך נאכן סיום וחותם פון שנת תסמח ותסמח, און הקהל הויבט זיך גלייך אן דער תשמוט את ידיך, ווי דערמאנט שוין כמה פעמים, אז דעמאלט איז דער אויבערשטער נאך מודיע פון ראש חודש אלול ן, ווען מ'ווינטשט זיך, און אלעמען ארום זיך, ווערט דאס א גזירה וואס נתפשטה בכל תפוצות ישראל, אף על פי וואס דאס איז א מנהג פסק'נט דאך דער רמב אז מנהגות און די דינים וכו וואס זיי זיינען אנגענומען געווארן אפילו ברוב תפוצות ישראל, על אחת כמה וכמה ברובה דרובה, באקומט דאס א תוקף פון ביידע קויות, סיי פון אנכי הוי'אלקיך און סיי פון לא יהלך פון עשוק און פון לא תעשה. און דאס קומט אף על פי וואס ההתחלתה איז דאס אין א מנהג, ווערט דאס מנהג ישראל תורה היא מיט די אלע עילויים שבזה, ווי מ'זאגט דאס בארוכה, מבאר בנוגע צו דעם מנהג פון הקפות, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט ראש השנה, תכלית השלימות אין דער שמחה, הויבט זיך אן פון גילו בירדו, פון ראש השנה און נאך פריער פאר דעם, נאך אין ראש חודש אלול, וואס ס'איז דאך א ענין א חודש של שמחה הכי גדולה וואס דער מלך איז בשדה מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, אפילו ווי ער שטייט אין זיין עניני שדה, ואדרבא דוקא דעמאלט איז די שמחה נאך א גרעסערע, כמובן וגם פשוט,
¶5און דערנאך קומט דאס ארויס נאך ביתר שאת וביתר עוז אין חי אלול, כמדובר ומובן וגם פשוט. וכאמור, אז דאס איז א טאג פון שני המאורות הגדולים, וואס מה להלן עד כאן איז עומדים ומשמשים במרום, ומשמשים כאן, און מלמד זכות ומשפיע אלע השפעות בגשמיות וברוחניות, וברוחניות ובגשמיות, און אין אלע ענינים גם יחד, לכל אחד ואחת מישראל, בכל קצוי תבל, על אחת כמה וכמה בנוגע צו דער זירוז און הקדמת הגאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דער פינפטער דער פערטער און פינפטער ענין פון אלול, דער ענין פון לאלתר לתשובה ולאלתר לגאולה, און דער לשון הפסק-דין, אז הבטיחה תורה אז כסוף גלותן איז ישראל עושין תשובה ומיד הן נגאלין, וואס מיד אין הלכה איז דאך דאס מיד ממש, עאכו כמה וכמה אין אן ענין וואס איז נוגע בנפש, און פארבונדן מיט פיקוח נפשות און פארבונדן מיט ויכול מיטן אויבערשטן, מיט שכינתא בגלותא וכו וואס כמובן, וגן פשוט. וואס דערפאר איז אויך אויך אנהויבן גלייך פון אן ענין פון א שינוי למריותא, וואס דאס איז אז ס'דארף זיין א שוה לכל נפש, און אנקומען אן כאן טירחא, ווי די גאולה האמיתית והשלימה וועט זיין אן כאן טירחא, איז אויך ווי כרגיל איז מען דאך חותם די התוועדות כגן אלו מיטן ענין פון שליחות ומצוה אויף צדקה, וואס אין דערויף גלייכט מען אויס אט די אלע וואס זיינען מקבל אט די שליחות מיטן זעלבן סכום, אפילו אין כמות, על דרך זה אויך בנוגע צו איכות, אויך אין אן אופן חדש וואס להי'עד עתה, וואס ס'איז דאך געווען אמאל וואס מ'האט געגעבן ביחד אדער כפליים לתושי זאל דאס זיין אין אן אופן פון חוט המשולש, לא במהרה ינשיק,
¶6און מ'גרייט זיך צום מקדש השלישי און גאולה השלישית, מקדש אדנ'כוננו ידיך, וואס אויך אט די צדקה וועט נאכמער מזרז זיין, און מ'וועט זען אין אן אופן פון יום הזה, מראה באצבעו ואומר זה, יעדער איד און אלע אידן אין אן אופן אז ס'זעט זיך אן אז זיי זיינען די וואס זיי זיינען מחתיב דעם מלך מלכי המלכים הקב,"ה, און נאכמערער דער אויבערשטער בעט זיך בא זיי שתמליכוני עליכם און גיט זיי א זיכערקייט, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז זיי וועלן דאס אויספירן. און נאך מערער, אז מ'הויבט שוין אויך גלייך אן גלייך פון ראש-חודש אלול אויך דער ענין פון תקיעת שופר, וואס איינע פון די ענינים בזה, ויש לומר, אז עיקר ענין בזה איז דאך, אז דאס איז גלייך פארבינדט דאס מיטן תקיעת שופר ביום ראש השנה, און יהי רצון, אז מ'זאל נאך אין די לעצטע טעג פון גלות זאל יעדערער בא זיך באווייזן בד'אמות שלו, מראה באצבעו ואומר זה, זה אלקינו און א צווייטן מאל זה און פארבינדן דאס מיט קוינו לו וישיאנו וכו כמדובר כמה פעמים, און באווייזן אויך אין אן אופן באצבעו הגשמי, וואס איז דאך אויך פארבונדן מיט נתינת הצדקה, דארף מען זיך האבן די יד המחלקת לצדקה, יד הגשמית, ועל דרך זה אויך פועל זיין אויף האנשים והנשים והטף, וואס דאס איז דאך דער ענין פון נתינת כח פון הקהל, און בא יעדערן פון זיי און ביי אלעמען צוזאמען אין אן אופן פון תסמח און תסמח. ובמהרה בימינו ממש, אנהויבנדיק פון דעם ענין פון די שליחות לצדקה, האמורה, וואס דאס איז דאך תיכף ומיד ממש, באופן שוה פון הקהל האנשים ואנשים והטף, די אלע וואס געפינען זיך דא, און דורך זיי איז זכן לאדם שלא בפניו די אלע וואס געפינען זיך באיזה מקום שהוא אין וועלט, געפינט מען זיך אומעטום ווי א גוי אחד בארץ אין וועלכן ארט אין וועלט דאס זאל ניט זיין, און די אלע ענינים האמורים
¶7זאל אראפקומען תיכף ומיד במעשה בפועל, ואדרבא המעשה הוא העיקר, אנהויבנדיק פון גאולה האמיתית והשלימה במעשה בפועל, תיכף ומיד ממש.